אין מיטן פֿונעם זאָאָלאָגישן גאָרטן אין וואַרשע געפֿינט זיך אַ ווילע. אין אָט דער ווילע האָט געוווינט יאַן זשאַבינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער זאָאָלאָגישן גאָרטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. זשאַבינסקי און זײַן פֿרוי, אַנטאָנינאַ, האָבן באַהאַלטן צענדליקער ייִדן בשעת דער מלחמה טאַקע אינעם זאָאָלאָגישן גאָרטן. סימבאָליש איז דער פֿאַקט וואָס ווילדע חיות האָבן געהאַט דאָס רעכט צו לעבן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע — אַ רעכט וואָס קיין ייִד האָט דעמאָלט נישט געהאַט.
פֿרוי זשאַבזשינסקאַ און די ייִדן וואָס זי און איר מאַן האָבן באַהאַלטן האָבן געהאַט אַ געוויסן סימן. ווען זי האָט געשפּילט שאָפּען אויף דער פּיאַנע האָט עס געמיינט אַז אַלץ איז אין אָרדענונג. ווען זי האָט אָבער געשפּילט אָפֿענבאַך האָט עס געהייסן אַז מען דאַרף זײַן שטיל ווײַל די דײַטשן זענען נאָענט.
די ווילע פֿון די זשאַבינסקיס וווּ צענדליקער ייִדן זענען געווען באַהאַלטן בשעת דער מלחמה האָט מען רעסטאַוורירט און אויב איר קומט קיין וואַרשע וועט איר קענען זי זען. זי דינט ווי אַ מוזיי וואָס דערציילט די וווּנדערלעכע געשיכטע פון די זשאַבינסקיס און די ייִדן וואָס זיי האָבן געראַטעוועט.
איצט וועט איר קענען אויך זען אַן עקראַניזאַציע פֿון דער דאָזיקער געשיכטע. אין וואַרשע איז פֿאָרגעקומען די פּוילישע פּרעמיערע פֿונעם פֿילם THE ZOOKEEPER’S WIFE, אָדער אויף פּויליש — AZYL; דהיינו אַ מקום־מקלט.
צווישן די געסט אויף דער פּוילישער פּרעמיערע איז געווען דזשעסיקאַ טשעסטיין, וואָס שפּילט די הויפּט ראָלע פֿון אַנטאָנינאַ זשאַבזשינסקאַ. טשעסטיין האָט זיך געטראָפֿן אויף דער פּרעמיערע מיט טערעזאַ זשאַבינסקאַ, די טאָכטער פֿון די זשאַבינסקיס.
טערעזאַ זשאַבינסקאַ האָט דערציילט אַז טאַטע־מאַמע פֿלעגן האָבן בײַ זיך די גאַנצע צייט אַ פּושקעלע סם, זיי זאָלן קענען באַגיין זעלבסטמאָרד ווען די דײַטשן כאַפּן זיי.
אָפֿטמאָל הער איך אויף די גאַסן פֿון וואַרשע די דרשות וואָס האַלטן די אַזוי גערופֿענע ישׂראלדיקע מדריכים, אָדער רײַזע־פֿירערס, וואָס דערציילן, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָן אַ שיעור באָבע־מעשיות.
עס ווײַזט זיך אַרויס אַז נישט נאָר וואָס זיי זענען אָפֿטמאָל קנאַפּע קענערס פֿון אונדזער געשיכטע דאָ אין פּוילן, נישט נאָר וואָס זיי רעדן נישט קיין פּויליש און נישט קיין ייִדיש; זיי האָבן נאָך אַ מעלה. זיי קאָסטן אַ מאַיאָנטעק.
פֿאַר וואָס דערמאָן איך דאָס אַלץ? צוליב אַן איניציאַטיוו פֿון אַ ישיבֿה מיטן נאָמען „קול מבשׂר“, נישט ווײַט פֿון ירושלים. די ישיבֿה איז אַן אַזוי גערופֿענע „ישיבה־תיכונית“, דהיינו אַ גימנאַזיע מיט אַ ישיבֿה אין איינעם.
די תּלמידים האָבן געוואָלט פֿאָרן קיין פּוילן, ווי דער מינהג איז בײַ אַ סך ישׂראלדיקע גימנאַזיעס, כּדי צו באַקענען זיך אויפֿן אָרט מיט דער געשיכטע פֿונעם חורבן.
נאָר וואָס זשע? אַזאַ נסיעה קאָסט געוויינטלעך אַן ערך זיבן טויזנט שקל. אַ געוואַלדיקע סומע.
האָבן צוויי תּלמידים פֿון דער ישיבֿה זיך נישט געפֿוילט און אויסגעפֿאָרשט דעם ענין. ווײַזט זיך אַרויס, לויט זיי, אַז אַזאַ נסיעה דאַרף נישט קאָסטן מער ווי אַן ערך צוויי טויזנט שקל. ווי אַזוי?
למשל, זיי האָבן אויסגעפֿונען אַז עס זענען דאָ העברעיִש־רעדנדיקע מדריכים וואָס וווינען דאָ אין פּוילן. הייסט עס, אַז מען דאַרף נישט באַצאָלן פֿאַר זייער נסיעה קיין פּוילן. נאָך אַ זאַך. די ישׂראלדיקע מדריכים זענען אַ שטיקל מפֿונקים וואָס פֿאָדערן שיינע צימערן און דווקא אין די בעסטע האָטעלן. הייסט עס, נאָך אַ וואַזשנע אָבער נישט קיין נייטיקע הוצאה.
די קלוגע תּלמידים האָבן אויסגעפֿונען אַז די ישׂראלדיקע גימנאַזיעס פֿליִען מיט „אל־על“. די „אל־על“ בילעטן זענען, ווי איר ווייסט מסתּמא אַליין, די סאַמע טײַערסטע. אַז מען פֿליט מיט די קאָנקורענטן צאָלט מען אַ סך ווייניקער.
אַגבֿ, לויט די פֿירערס וואָס האָבן צו טאָן מיט די ישׂראלדיקע גרופּעס דאָ אין וואַרשע, באַנעמען זיך די פֿרומע תּלמידים אַ סך שענער צו די רײַזעס און קענען אַ סך בעסער די ייִדישע געשיכטע ווי זייערע וועלטלעכע חבֿרים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.