אָלגאַ לעוווּס האָט נישט בדעה געהאַט איבערצומאַכן די ייִדישע קהילה אין איר היימלאַנד מאָלדאָווע ווען זי האָט געשאַפֿן די סאַמע ערשטע שטיצגרופּע פֿאַר אומבאַמאַנטע מאַמעס.
אַליין אָן אַרבעט מיט 17 יאָר צוריק און שטרעבנדיק צו האָדעווען און באַקליידן אירע דרײַ זין אין דער שטאָט קעשענעוו, האָט זי אינעם יאָר 2000 געשאַפֿן דעם קלוב פּשוט כּדי זיך אַן עצה צו געבן בעת איר שווערן מצבֿ.
איר אונטערנעמונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ שטיצקרײַז מיט זעקס פֿרויען, איז מיט דער צײַט מגולגל געוואָרן אינעם מאָלדאָווישן ייִדישן משפּחה־דינסט. די אָרגאַניזאַציע — וואָס דינט 331 משפּחות, גיט סײַ פֿינאַנציעלע סײַ מאַטעריעלע הילף, פֿירט אָן מיט קינדער־פּראָגראַמען נאָך דער שול, און קהילה־אונטערנעמונגען פֿאַר דערוואַקסענע — ווערט איצט געשטיצט פֿונעם אַמעריקאַנער דזשוינט.
דערמיט האָפֿט דער דזשוינט צו דערמעגלעכן די אָרטיקע פֿאַרדינערס צו בלײַבן אין לאַנד אַנשטאָט צו ווערן וואַנדער־אַרבעטערס.
מאָלדאָווע, וואָס געפֿינט זיך צווישן רומעניע און אוקראַיִנע, האָט אַ הויכן פּראָצענט אַרבעטלאָזיקייט און די דורכשניטלעכע שׂכירות באַטרעפֿן 300 דאָלאַר. ווען לעוווּס און איר מאַן האָבן זיך אין 2001 געגט האָט זי זיך ממש געראַנגלט צו קויפֿן פֿאָרמל פֿאַר איר 1־יעריקן צווילינג. זי האָט געקריגן שפּײַזפּעקלעך פֿונעם דזשוינט און פֿירגעלייגט אַז משפּחות זאָלן זיך טרעפֿן אויף בשותּפֿותדיקע משפּחה־וועטשערעס, און זיך טיילן מיט אינגרעדיענטן און קליידער כּדי זיך אײַנצושפּאָרן איבעריקע הוצאָות. די גרופּע האָט זיך געטראָפֿן טאָג־טעגלעך אין דער צדקה־אָרגאַניזאַציע „חסד“, און האָט זיך גײַסטיק און מאַטעריעל שטאַרק געהאָלפֿן איינס ס׳אַנדערע.
אַרום 1.2 מיליאָן מאָלדאָווער, כּמעט אַ דריטל פֿון דער מאָלדאָווישער באַפֿעלקערונג, וווינען הײַנט אין אויסלאַנד; אַ האַלבער מיליאָן שיקט געלט אַהיים צו שטיצן די קרובֿים אין דער אַלטער היים. נאָכן צעפֿאַלן זיך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אַ סך ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע; פֿון די 80,000 ייִדן זענען פֿאַרבליבן נאָר 20,000.
לעוווּס האָט זיך ערשט דערוווּסט אַז זי איז אַ ייִדישע אין 1991, ווײַל אירע טאַטע־מאַמע האָבן דאָס געהאַלטן בסוד אין די צײַטן פֿונעם קאָמוניזם. זי האָט באַשלאָסן צו בלײַבן אין מאָלדאָווע כּדי צו זײַן נאָענט צו דער באָבען, וואָס האָט בעת די קאָמוניסטישע צײַטן בסוד געבענטשט די שבת־ליבט און שפּעטער אויסגעלערנט די משפּחה וועגן אירע טראַדיציעס.
לעוווּסעס דרײַ קינדער האָבן זיך געלערנט אין דער ייִדישער שול.
אָפֿט מאָל ווען עלטערן ווערן וואַנדער־אַרבעטערס בלײַבן די קינדער אַליין און דאַרפֿן גיין אין די גאַסן בעטלען אָדער פֿאַרקויפֿן כלאַם, אַפֿילו פֿאַרזשאַווערטע קראַנען און צעפֿליקטע דזשינסהויזן. דער דזשאָינט האָפֿט אַז דורך די שטיצפּראָגראַמען, וועלן ייִדישע עלטערן קענען בלײַבן אין דער היים און זיך פֿאַרנעמען מיט די קינדער.
לעוווּס האָט באַוויזן אַז איר עלטסטער זון זאָל מען אַרײַננעמען אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אויסשול־פּראָגראַם אין „אָרט הרצל“, איינער פֿון די צוויי ייִדישע מיטלשולן אין קעשענעוו. הײַנט אַרבעט ער ווי אַ קוכער אין אַן אָרטיקן רעסטאָראַן. איר 16־יעריקער צווילינג לערנט זיך אויך אין דער שול, פֿאַררעכנט צווישן די בעסטע אין מאָלדאָווע.
זינט 2007 אַרבעט לעוווּס ווי די דירעקטאָרין פֿונעם משפּחה־דינסט, וווּ זי איז פֿריִער געווען אַן אָנגעשטעלטע זינט 2003.
פֿאַר אַ יאָרן האָט לעוווּס געהאַט אַ שיינעם סופּריז. זי האָט צופֿעליק באַגעגנט אין שטאָט אַ פֿרוי וואָס האָט זיך מיט דרײַ יאָר פֿריִער געהאַט אָנגעשלאָסן אין איר שטיצגרופּע, ווײַל זי און איר מאַן האָבן נישט געקענט געפֿינען אַרבעט און ס׳איז זיי אָנגעקומען זייער שווער צו האָדעווען און באַקליידן די קינדער. נאָך דעם ווי זיי האָבן אָנגעהויבן קריגן הילף פֿונעם דזשוינט, האָבן זיי צו־ביסלעך אָנגעהויבן אַרויסקריכן פֿון דער בלאָטע און ביידע האָבן צום סוף געפֿונען אַרבעט.
הײַנט אַרבעט די פֿרוי ווי אַ האָטעל־פֿאַרוואַלטערין. כּדי אַרויסצוּווײַזן אַ דאַנק דעם ייִדישן משפּחה־דינסט וואָס האָט איר משפּחה אַזוי פֿיל געהאָלפֿן, האָט זי איבערגעצײַגט דעם בעל־הבית פֿונעם האָטעל צו געבן דער אָרגאַניזאַציע אַ פֿופֿציק־פּראָצענטיקע הנחה אָפּצוהאַלטן דאָרט אַ סעמינאַר.
”דאָס איז בײַ מיר געווען אַ שיינער באַווײַז פֿונעם ווערטל, אַז דער וואָס העלפֿט יענעם ווערט אַליין געהאָלפֿן,“ האָט לעוווּס געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.