אַ ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש פֿון דער 2014ער הזכּרה
מיטוואָך, דעם 19טן אַפּריל 2017 וועט חיהלע פּאַלעווסקי, אַ קעמפֿערין אין דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע“ אין ווילנע, אויפֿטרעטן אויף דער יערלעכער צערעמאָניע אין אָנדענק פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד בײַם „שטיין“ אין ריווערסײַד־פּאַרק. אין מאַנהעטן.
דער 19טער אַפּריל 1943 איז דער טאָג ווען דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן.
יעדעס יאָר ציט די פּראָגראַם צו ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, זייערע קינדער און אייניקלעך. אַחוץ חיהלע פּאַלעווסקי, וועט אויך אויפֿטרעטן די פּאָעטעסע אירענאַ קלעפּפֿיש, וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם וואַרשעווער געטאָ און וועמענס פֿאָטער, מיכאל קלעפּפֿיש, איז אומגעקומען קעמפֿנדיק אינעם אויפֿשטאַנד.
אין דער מוזיקאַלישער טייל פֿון פּראָגראַם וועלן פּערל טייטלבוים און דניאל קאַהן פֿאָרשטעלן אַ ריי חורבן־לידער.
די פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען 3 אַזייגער נאָכמיטאָג בײַם „שטיין“, דעם וואַרשעווער געטאָ־אָנדענק־פּלאַץ אין ריווערסײַד־פּאַרק (צווישן דער 83ער און 84ער גאַס אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד“), ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“ בשותּפֿות מיטן „אַרבעטער־רינג“, „דעם ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט“ און „דעם פֿאָנד לטובֿת ׳ריווערסײַד־פּאַרק׳“.
דער וואַרשעווער געטאָ־אָנדענק־פּלאַץ אין „ריווערסײַד־פּאַרק“ איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין אָקטאָבער 1947 בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע אויף וועלכער 15,000 מענטשן זענען געקומען. אונטערן שטיין ליגן צוויי קאַסטנס ערד פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, ווי אויך אַ דאָקומענט וואָס באַשרײַבט דעם קאַמף אין וואַרשעווער געטאָ, אָנגעשריבן פֿונעם דעמאָלטיקן ירושלימער הויפּט־רבֿ צבֿי פּסח־פֿראַנק.
דער „שטיין“, וואָס איז געווען איינער פֿון די ערשטע חורבן־דענקמעלער אין אַמעריקע, האָט לכתּחילה געזאָלט דינען ווי דער אָנהייב פֿון אַ נאַציאָנאַלן חורבן־דענקמאָל אויף יענעם אָרט. צוליב אַ ריי פּאָליטישע סיבות האָט מען אָבער קיין נאַציאָנאַלן חורבן־מאָנומענט דאָרטן ניט געבויט. ניט געקוקט אויף דעם, פֿירט מען יעדעס יאָר דורך די הזכּרה־צערעמאָניעס בײַם פּשוטן שטיין, וואָס דינט ווי אַ באַשיידענער זכר נאָך די זעקס מיליאָן דערהרגעטע אייראָפּעיִשע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.