ד״ר יוסף גורי האָט שוין אַרויסגעגעבן אַ צאָל זאַמלונגען ייִדישע שפּריכווערטער, קללות און אויסדרוקן וואָס האָבן דערמעגלעכט, אַז אַ ברייטערע לייענערשאַפֿט זאָל הנאה האָבן פֿון די אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
אין די פֿריִערדיקע זאַמלונגען קען מען אַוודאי געפֿינען אַ סך הומאָר, אָבער אַ באַנד פֿון בלויז וויצן האָט געפֿעלט. די איצטיקע זאַמלונג „ווען לאַכט אַ ייִד: ייִדישער הומאָר“ וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2016 פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט“ אין ירושלים, באַשטייט פֿון אַן ערך פֿיר הונדערט וויצן, הומאָריסטישע קללות און ווערטלעך.
אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק אויף ייִדיש קען מען געפֿינען קלאַסישע זאַמלונגען וויצן, דער עיקר, פֿון י. ח. ראַווניצקי און עמנואל אָלשוואַנגער. אָבער דאָ ווערן די חכמות צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף נאָך דרײַ שפּראַכן — ענגליש, רוסיש און עבֿרית; דאָס הייסט, אַז יעדער וויץ ווערט דערציילט אויף פֿיר לשונות.
דער מחבר האָט די וויצן אײַנגעטיילט אויף 51 קאַטעגאָריעס, און יעדע נעמט אַרײַן נישט מער ווי זעקס אָדער זיבן וויצן. די עכט ייִדישלעכע טעמעס ווי „אַפּיקורסים“ און „ייִדן און גוייִם“ זענען אַוודאי אַ ביסל גרעסער. אַ מעלה פֿון דער זאַמלונג איז איר אַרומנעמיקייט. מע קען לייענען וויצן וועגן חזנים, זקנים, אָרעמע־לײַט, נאַראָנים,, און אַפֿילו הומאָר געשאַפֿן געוואָרן אין די יאָרן פֿון חורבן, בתוכם מרדכי שטריגלערס אַ מאָנאָלאָג פֿון 1945.
מע האָט אין דעם באַנד אויך אַרײַנגענומען „אײַנגלייבעכצן, זאַבאַבאָנעס“, כאָטש דאָס פּאַסט זיך בכלל נישט אַרײַן, ווײַל קיין הומאָר וועט מען דאָרט נישט געפֿינען. די פֿאָלקס־גלייבענישן וואָלט מען געדאַרפֿט אַרויסגעבן אין אַ באַזונדער ווערק, און זיכער איז ד”ר גורי דער פּאַסיקער מענטש דאָס צו טאָן.
בײַם איבערלייענען די וויצן, טראַכט מען צו זיך — צי האָב איך נישט די חכמה שוין געהערט אויף אַן אַנדער שפּראַך, אָדער אַנדערש „געשלייערט“? וויצן, אַזוי ווי פֿאָלקסלידער און פֿאָלקס־מעשׂיות „וואַנדערן“ און זיי פּאַסן זיך צו צו יעדן פֿאָלק, אָדער גרופּע. מע דאַרף אַ מאָל פּשוט בײַטן די נעמען און דאָס דערציילן אויף ייִדיש און אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן. למשל, אין דער קאַטעגאָריע „אַכסניות און רעסטאָראַנען“ געפֿינט זיך אַזאַ וויץ:
אַ יונגער־מאַן באַטראַכט דעם חשבון וואָס דער בעל־אַכסניא האָט אים דערלאַנגט. דרייט ער מיטן קאָפּ און מאַכט: „אָ, אַ טײַערער ביסן בײַ אײַך! איך מיין אָבער, אַז פֿאַר אײַערער אַ קאָלעגע וואָלט איר געמעגט רעכענען אַ ביסל ביליקער.“ „וואָס?“ רופֿט זיך אָן יענער — „איר זענט אויך אַ בעל־אַכסניא?” „ניין — ענטפֿערט דער יונגער־מאַן — איך בין אויך אַ רויבער.“
דער איינציקער ייִדישער אַספּעקט פֿון דעם וויץ, קען מען טענהן, איז וואָס די בעלי־אַכסניא אין מיזרח־אייראָפּע זענען געווען ייִדן, און מע האָט דאָס באַטראַכט ווי אַ ייִדישע פּרנסה. דערצו, איז די אומעטישקייט פֿונעם בעל־אַכסניא, אַ שווינדלער, אַ פֿאַרשפּרייטער סטערעאָטיפּ וואָס ייִדן אַליין דערציילן וועגן אַנדערע ייִדן, ווי מע לייענט אין דעם וויץ. אָבער עס זענען פֿאַראַן קאַטעגאָריעס פֿון וויצן וואָס בלויז ייִדן דערציילן, ווײַל זיי זענען טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן לעבן — וועגן ייִשובֿניקעס, ליטוואַקעס, חסידים, חזנים און אַנדערע.
צוליב די דרײַ איבערזעצונגען פֿון יעדן וויץ האָט דער זאַמלער געדאַרפֿט זיך האַלטן בײַ די קירצערע וויצן און דאָס איז אַ שאָד, ווײַל מע פֿילט נישט דעם טעם פֿון אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן אופֿן פֿון דערציילן אַ וויץ, וואָס דאָס קען מען ספּעציעל פֿילן אין אָלשוואַנגערס צוויי בענד וויצן „רויטע פּאָמעראַנצן“ און „לחיים“.
יעדער איינער האָט זײַן אייגענעם געשמאַק וואָס שייך הומאָר און ס’רובֿ וויצן אין דער זאַמלונג זענען טאַקע ווערט געווען איבערצודרוקן. מסכּים בין איך נישט, אָבער, מיטן אויסקלײַב אינעם קאַפּיטל „פֿעפֿערדיקע וויצן“. איך האַלט זיך נישט פֿאַר איבערצניעותדיק; אין דעם האַנדלט זיך עס נישט. די באַציִונג צו פֿרויען וואָס דער הומאָר אינעם קאַפּיטל דריקט אויס, רופֿט הײַנט נישט אַרויס קיין געלעכטער, אַפֿילו נישט קיין שמייכל. די צײַטן האָבן זיך געביטן, און איך האַלט, אַז אין אַזוינע וויצן זאָל מען פֿאַרגעסן. די איראָניע, אַוודאי, איז וואָס דווקא די „פֿעפֿערדיקע“ וויצן זענען די זעלבע וואָס דויערן אינעם פֿאָלקסמויל ממש הונדערטער יאָרן.
נאָך אַ חסרון איז וואָס די איבערזעצונגען האָט מען גראַפֿיש נישט שיין געמאַכט. עס זעט אויס אָנגעוואָרפֿן. די עסטעטיק פֿונעם באַנד איז געפֿאַלן אַ קרבן, כּדי צו דערגרייכן וואָס מער לייענער.
פֿאַרן מבֿין פֿון ייִדישן הומאָר וועט מען אין דער זאַמלונג נישט קיין סך נײַע מאַטעריאַלן געפֿינען, אָבער דער באַנד דינט ווי אַ גוטן אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער „הומאָריסטיק“ און דעריבער קען ער זײַן אַ פֿײַנע מתּנה. אין „ווען לאַכט אַ ייִד“ וועט מען געפֿינען די גוט־באַקאַנטע כעלעמער מעשׂיות און די חריפֿותדיקע וויצן פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער. אָבער, דער עיקר, וועט מען, דורך דעם הומאָר זיך פֿאַרטיפֿן אינעם ייִדישן וועלטבאַנעם פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וואָס נאָר אַ וויץ קען אויסדרוקן אויף אַזאַ קורצן אופֿן, ווי למשל:
שמועסן צוויי ידידים. רופֿט זיך אָן איינער:
— זעסט, דו פֿרעגסט מיך ניט אַפֿילו וואָס איך מאַך.
— אוי, טאַקע. וואָס מאַכסטו?
— בעסער פֿרעג ניט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.