די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אויף דער אינטערנעץ איר קאַטאָלאָג פֿון פּראָגראַמען, וואָס וועלן פֿאָרקומען פֿון אַפּריל ביז אויגוסט. אַחוץ איר זומער־פּראָגראַם אין בערלין און איר אַמביִציעזן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ מין שטודירט־אין־אויסלאַנד פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש, וועלן בײַ דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ פֿאָרקומען צענדליקער רעפֿעראַטן, קלאַסן, פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע פּראָגראַמען אויף ייִדיש פֿאַרן אַלגעמיינעם עולם. אָט זענען עטלעכע פֿון די פּראָגראַמען, פֿון וועלכע די ייִדיש־רעדנדיקע אין פּאַריז (ווי אויך די וואָס האָבן די מעגלעכקייט צו פֿאָרן אַהין) וועלן קענען געניסן:
1) ספּעציעלע פּראָגראַמען געווידמעט דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים: כּדי אָפּצומערקן הונדערט יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער אָרדנט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אײַן אַ ריי ספּעציעלע פּראָגראַמען אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש. צווישן די פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון וועלן זײַן אַן אויסשטעלונג פֿון מענדעלעס ווערק; זעלטענע אילוסטראַציעס און קאַריקאַטורן וואָס שילדערן זײַן לעבן און שאַפֿן, און אַן אינטענסיוון סעמינאַר פֿון 15־שעה (פֿונעם 21סטן ביזן 23סטן אַפּריל) אָנגעפֿירט דורך ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן („בית שלום־עליכם‟ אין ירושלים) וועגן מענדעלע מוכר־ספֿרימס געשטאַלט אין דער ליטעראַטור בײַ ייִדן.
2) געטאָ־אַקאַדעמיע: כּדי אָפּצומערקן דעם 74סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ וועט ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי פֿרײַטיק, דעם 22סטן אַפּריל, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די שטרעבונגען פֿון די אויפֿשטענדלער אין די ווילנער, וואַרשעווער און לאָדזשער געטאָס אויפֿצוהאַלטן די אָרטיקע ייִדישע ביבליאָטעקן און אַרכיוון.
3) אַ טור איבער פּאַריז אויף ייִדיש: סעמי סטאַראָסוועצקי וועט דינען ווי דער וועגווײַזער איבער דער פֿראַנצייזישער הויפּטשטאָט, און וועט איבערגעבן די געשיכטע פֿון די פּאַריזער ייִדן אין מיטל־עלטער.
4) אַ ספּעקטאַקל געווידמעט דעם יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם: כּדי אָפּצומערקן דעם 101טן יאָרצײַט פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער וועט מען שבת, דעם 13טן מײַ, פֿאָרלייענען זײַן צוואָה, פֿאָרשטעלן די פּיעסע „קעניג פּיק‟ און שפּילן לידער פֿונעם מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. עס וועלן אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם לאהלע פֿישביין, מישעל פֿישביין, ליאָנעל מילער און אַניק פּרים־מאַרגוליס.
5) אַ רעפֿעראַט פֿון ד׳׳ר מאַרק קאַפּלאַן וועגן דער טעמע ראַסיזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור: שבת, דעם 20סטן מײַ, וועט קאַפּלאַן (יעיל־אוניווערסיטעט) האַלטן אַ רעפֿעראַט „לינטשערײַ, ראַסע און ראַסיזם‟ אין וועלכן ער וועט אויפֿן סמך פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס ראָמאַן „לינטשערײַ‟ (1923) באַטראַכטן די „פּאָליטישע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זייער השפּעה אויפֿן ייִדישן־אַמעריקאַנער ליבעראַליזם און אויף זײַן שטעלונג בנוגע ראַסע־ענינים.‟
6) אַ רעפֿעראַט וועגן דעם ווילנער קאָמיטעט: מרים שולץ, אַ דאָקטאָראַנטקע אין ייִדישע שטודיעס בײַם „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟, וועט דאָנערשטיק דעם 1טן יוני אויפֿטרעטן מיט אַ רעפֿעראַט געווידמעט די זעכציק ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ זיי האָבן אין נאָוועמבער 1939 געגרינדעט אַ קאָמיטעט צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן דעם ייִדישן חורבן אין פּוילן.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּראָגראַמען באַזוכט: //www.yiddishweb.com אָדער לייענט דעם פֿולן קאַטאָלאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.