לעאָניד אוטיאָסאָוו און דאָס ליד „ווײַסע שיף”

Leonid Utyosov and the Song, "White Ship"

YouTube

פֿון באָריס סאַנדלער

Published March 17, 2017, issue of March 29, 2017.

ס׳איז מסתּמא נישטאָ הײַנט אַזאַ שאָו־זינגער אָדער זינגערין, וואָס זאָל נישט האָבן געמאַכט, כאָטש פֿון איין ליד זייערס אַ „קליפּ” — אַ מין קורצער פֿילם מיט אַן אייגענעם סוזשעט. דאָס ענגלישע וואָרט “clip”, מיינט אויף ייִדיש קלעמערל. אינעם אַמעריקאַנער ייִדיש טרעפֿט זיך דער זאָג, „קליפּ־און־קלאָר” — אַ מין פּאַראַפֿראַזע פֿון דעם פֿאַרשפּרייטן ייִדישן זאָג, „קורץ־און־שאַרף”. לאָמיר אָבער זיך אומקערן צום „מוזיקאַלישן קליפּ” — פֿאַרשיידענע קורצע עפּיזאָדן, אָנגעשניטן און „צוזאַמענגעקלעמערט” — האָט זיך באַוויזן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די אָנהייב 1950ער יאָרן.

אָבער דווקא נישט די אַמעריקאַנער „שאָו” אויף דער טעלעוויזיע, נאָר די סאָוועטישע אַגיטאַציע־פֿילמען, האָבן געלייגט דעם ערשטן שטיין אין דער איצטיקער קליפּ־אונדוסטריע. דער ערשטער מוזיקאַלישער „קליפּ” האָט זיך באַוויזן אין די קינאָס און קלובן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די אָנהייב 1940ער. דער מוזיקאַלישער פֿילם האָט געהייסן קליפּ־און־קלאָר: „קאָנצערט אויפֿן עקראַן”, און האָט אײַנגעשלאָסן פֿאַרשיידענע טעאַטראַלע, מוזיקאַלישע עפּיזאָדן, אויסגעפֿירט פֿון די בעסטע און פּאָפּולערסטע אַרטיסטן און מוזיקער פֿון יענער צײַט.

עטלעכע לידער אין דעם פֿילם האָט געזונגען דער באַליבטסטער זינגער און אַקטיאָר לעאָניד אוטיאָסאָוו. נאָך דער מוזיקאַלישער קינאָ־קאָמעדיע „פֿריילעכע יאַטן” (1934), וווּ אוטיאָסאָוו שפּילט איינע פֿון די הויפּט־ראָלעס, איז ער געווען אין סאַמע שפּיץ פֿון דעם סאָוועטישן עסטראַדע־אָלימפּ.

אינעם פֿילם „קאָנצערט אויפֿן עקראַן”, זינגט און שפּילט אוטיאָסאָוו אויס דרײַ לידער, וועלכע זײַנען גיך געוואָרן שלאַגערס. צווישן זיי איז אויך געווען דאָס ליד „שיף”. געשאַפֿן האָבן עס צוויי מחברים: דער קאָמפּאָזיטאָר ניקאָלײַ מינך און דער פּאָעט אַ. ד’אַקטיל. ווייניק באַקאַנט אין יענער צײַט, ווערן זייערע נעמען אין אונדזערע טעג דערמאָנט, אַ דאַנק טאַקע זייער בשותּפֿותדיקער אַרבעט מיט לעאָניד אונטיאָסאָוון. 

ניקאָלײַ מינך, וואָס זײַנע אָבֿות שטאַמען אָפּ פֿון דײַטשלאַנד, איז געבוירן געוואָרן אין דער רוסישער שטאָט סאַראַטאָוו. באַקומען זײַן מוזיקאַלישע בילדונג אין די שטעט פּענזע און לענינגראַד, האָט מינך במשך פֿון לאַנגע יאָרן (1929־1940) געאַרבעט אין אונטיאָסאָווס דזשאַז־אָרקעסטער, ווי אַ פּיאַניסט. דעריבער איז נישט קיין חידוש, וואָס גראָד מינך האָט אָנגעשריבן די מוזיק פֿון דעם ליד. זײַן ווײַטערדיקע קאַריערע האָט מינך געמאַכט ווי אַן אָרקעסטער־דיריגענט אויף דעם לענינגראַדער ראַדיאָ און שפּעטער — אָנגעפֿירט מיטן אָרקעסטער בײַם צענטראַלן טעאַטער פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי אין מאָסקווע.

דער פּאָעט מיטן מאָדנעם נאָמען אַ. ד׳אַקטיל האָט אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר לעאָניד אוטיאָסאָוון נישט איין ליד. פֿון דעסטוועגן, איז ער אין זײַן צײַט בעסער באַקאַנט געווען ווי אַ מחבר פֿון פֿעליעטאָנען, סאַטירישע לידער און פּאַראָדיעס אויף די ווערק פֿון אַנדערע סאָוועטישע פּאָעטן. דאָס אונטערשרײַבן זיך נישט מיטן אמתן נאָמען, נאָר מיט אַ פּסעוודאָנים, איז נישט קיין נאָווינע אין דער שאַפֿערישער סבֿיבֿה.

אין די יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע איז אין סאָוועט־רוסלאַנד געווען באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אָט די שיטה, צוליב פֿאַרשידענע סיבות: אייניקע האָבן געוואָלט דערמיט פֿאַרדעקן זייער נישט־פּראָלעטאַרישן ייִחוס, די אַנדערע — האָבן זיך געפֿילט שאַפֿעריש פֿרײַער, באַהאַלטנדיק זיך אונטער אַ פּסעוודאָנים (אין דער הײַנטיקער ווירטועלער וועלט איז עס געוואָרן אַ מגפֿה, און ניט נאָר צוליב דערווערבן „אַ שאַפֿערישע פֿרײַהייט”); עס זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וואָס האָבן געהאַלטן, אַז זייער נישט גענוג־קלינגעוודיקער נאָמען (אָדער פֿאַרקערט — צו גרילצנדיקער נאָמען) פּאַסט נישט פֿאַר אַ רוסישן מחבר.

יעדנפֿאַלס דער אמתער נאָמען פֿונעם שרײַבער אַ. ד׳אַקטיל איז געווען נתן־נחום פֿרענקעל. געבוירן איז ער אין דער סיבירער שטאָט אירקוטסק, אין דער משפּחה פֿון אַן אַפּטייקער אַבֿרהם פֿרענקעל און דער מוטער ווערע מאיראָוויטש. פֿאַרענדיקט די גימנאַזיע, איז דער יונגער־מאַן אַוועקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק. נאָך פֿיר יאָר זיך לערנען אין אַ קאָלעדזש, איז נתן־נחום געקומען צוריק קיין רוסלאַנד, וווּ ער האָט שטודירט יוריספּרודענץ אין טאָמסקער און דערנאָך אין סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעטן. אין פּעטערבורג הייבט זיך אָן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אין פֿאַרשיידענע סאַטירישע אויסגאַבעס. נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אַרבעט אַ סך אַ. ד׳אַקטיל ווי אַ „טעקסטאָוויק”, וואָס מיינט, אַ פּאָעט פֿון טעקסטן פֿאַר געזאַנגען, מיט באַקאַנטע לידער־קאָמפּאָזיטאָרן, בדרך־כּלל — ייִדן: אײַזיק דונאַיעווסקי, דמיטרי פּאָקראַס, זינאָווי קאָמפּאַנעיעץ און אַנדערע. קענענדיק גוט ענגליש, זעצט ער איבער אויף רוסיש לויִס קעראָלס „אַליס אין וווּנדער־לאַנד”, דערציילונגען פֿון אָ’הענרי און דזשעק לאָנדאָן.

לעאָניד אוטיאָסאָוו איז, דאַכט זיך, צווישן די געציילטע זינגער, וואָס זאָל זײַן אַזוי פּאָפּולער ביזן הײַנטיקן טאָג אין רוסלאַנד. ווייניק ווער געדענקט די מחברים פֿון זײַן רעפּערטואַר, ווײַל די געזאַנגען זײַנען אַרײַן אין די קאַנאָנען פֿון דער סאָוועטישער מוזיק־געשיכטע, ווי „אוטיאָסאָווס לידער”. ער האָט פֿאַרמאָגט כּלערליי טאַלאַנטן — אַן אַקטיאָר, זינגער, אָנפֿירער פֿונעם ערשטן דזשעז־אָרקעסטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַ גלענצנדיקער דערציילער, אַ מענטש מיט אַ זעלטענעם חוש פֿאַר הומאָר — און די אַלע טאַלאַנטן זײַנע האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן אין זײַן גרעסטן טאַלאַנט — צו שאַפֿן פֿון אַ געזאַנג אַן עכטן לעבנס־עפּיזאָד. דער פּאַראַדאָקס אָבער באַשטייט אין דעם, אַז קיין שטימע פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן זינגער האָט אוטיאָסאָוו נישט געהאַט. ער האָט אַפֿילו צוליב דעם נישט איין מאָל געליטן, אויסהערנדיק מיאוסע פֿאָרוווּרפֿן פֿון די פּאַרטיי־פֿונקציאָנערן פֿון מוזיק און די מוזיק־קריטיקער פֿון זייער בראַנזשע: „אַ זינגער אָן אַ קול!”, „אַ דיריגענט אָן אַ מוזיקאַלישער בילדונד!” — וכּדומה. אין כרושטשאָווס צײַטן זײַנען אַלע לידער אין דעם פּאָפּולערסטן קינאָפֿילם מיט זײַן באַטייליקונג „פֿריילעכע יאַטן”, וואָס נישט איין דור איז אויף זײ אויפֿגעוואַקסן, געווען טאָניפֿיצירט מיט אַן אַנדער קלאַנג, פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן זינגער. שטעלט זיך פֿאָר, ווען די לידער פֿון די באַקאַנטע פֿראַנצויזישע שאַנסאָן־זינגערס, אָדער לויִ אַרמסטראָנגס אוניקאַלע „הייזעריקע שטימע”, וואָלטן אָפּגעווישט געוואָרן פֿון די זעלטענע פֿילמען מיט זייער באַטייליקונג.

ווי עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, דאַרף מען אַ ליד זינגען מער מיטן האַרץ, איידער מיט אַ שיינער שטימע. דווקא פֿאַר דעם האַרציקן זינגען האָט דאָס פֿאָלק אַזוי ליב געהאַט לעאָניד אוטיאָסאָווס געזאַנגען.  געבוירן געוואָרן אין דער באַרימטער שטאָט אָדעס אין דער משפּחה פֿון יוסף און מלכּה ווײַסביין, האָט דעם יונגן לייזער ווײַסביין, אַפּנים, מער געשמעקט דער ראָמאַנטישער נאָמען אוטיאָסאָוו. „אוטיאָס” מיינט אויף רוסיש „ברעגפֿעלדז”. מיט אַזאַ קלינגעוודיקן נאָמען האָט ער שוין אָפּגעלעבט זײַן לאַנג לעבן ביז דער עלטער פֿון 87 יאָר.

און דאָך, שטעקט זײַן היימישער דרומדיקער ייִדיש און דער ייִדישלעכער נוסח פֿון זינגען אַרויס פֿון ס’רובֿ זײַנע לידער, נישט געקוקט אויפֿן רוסישן טעקסט און סאָוועטישע אַטריבוטן. אוטיאָסאָוו האָט זיך קיין מאָל נישט געשעמט מיט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. ווען אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגיין דער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד” פֿלעגט ער נישט איין מאָל אַהין אַרײַנקומען, טאַקע כּדי צו כאַפּן אַ שמועס אויף זײַן באַליבט מאַמע־לשון.

אינעם טעאַטראַליזירטן ליד „שיף”, וואָס דויערט 2 מינוט און 55 סעקונדעס, שפּילט אוטיאָסאָוו אַכט ראָלן, אַכט פֿאַרשיידנאַרטיקע פּערסאָנאַזשן, מיט זייער אייגענעם אויסזען און כאַראַקטער. אין רגעס שאַפֿט זיך אַ געשטאַלט פֿון אַ דיריגענט אין שפּיץ פֿון אַ פֿײַערלעשער־אָרקעסטער; אַ פֿאַרליבטער פּאַסאַזשיר, אַ פֿישער, אַ שיפֿס־קאַפּיטאַן און אַ פּשוטער מאַטראָס, אַ דאַמע, וואָס גייט אַראָפּ פֿון דער שיף, און אַ מיידל, וואָס איז געקומען צו באַגעגענען איר אָנגעקומענעם בחור.

ניקאָלײַ מינכס מוזיק פֿונעם ליד „שיף” איז אַזוי ייִדישלעך, אַז כ׳האָב זיך נישט אײַנגעהאַלטן און איבערגעזעצט אַ. ד׳אַקטילס טעקסט אויף ייִדיש. דעם „נײַעם” קליפּ האָט געמאַכט נחום קויפֿמאַן, וואָס האָט אויך אויף ס׳נײַ אַראַנזשירט דאָס ליד פֿאַר זײַן פֿרוי, דער זינגערין ריטאַ קויפֿמאַן. אין ייִדישן וואַריאַנט הייסט דאָס ליד „ווײַסע שיף”, און איידער עס הייבט אָן צו שפּילן, איז דאָ די מעגלעכקייט צו הערן אַן אויסצוג פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן פֿאָלקסליד „ווי אַזוי לעבט אַ קיסר”, געזונגען אויף ייִדיש פֿון לעאָניד אוטיאָסאָוון. 


די ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ליד „שיף”:

ווײַסע שיף

מוזיק: נ. מינך
ווערטער: אַ. ד’אַקטיל (רוסיש); ב. סאַנדלער (ייִדיש)

קוק, עפּעס דאָרטן שווימט אין דער ווײַט אויפֿן טײַך,
שפּרייט דעם רויך איבער וואַסער און גלאַנצט
אויף דער זון מיט זײַן אײַזן.
עפּעס דאָרטן הערט זיך אַזוינס, אַז מײַן האַרץ
ווערט צעריסן פֿון קלאַנגען, וואָס פֿרייען און פֿליִען אַנטקעגן.

רעפֿרען:

אַך, נישט קיין ליגן מײַן האַרץ האָט געפֿילט,
ניין, ס׳איז געווען נישט קיין חלום,
גלײַך ווי אַ שוואַן מיט די כוואַליעס געשפּילט,
שווימט מיר אַנטקעגן צו גאַסט — ווײַסע שיף.


קוק, מײַן באַשערטער שוין שטייט אויף דער דעק,
מיט זײַן היטל באַגריסט און דער שמייכל זײַן שײַנט, ווי די שטראַלן.
הערסט, ווי זײַן קול מיט גלעקעלעך פֿריילעכע קלינגט
און די לופֿט פֿילט זיך אָן
מיט געזאַנג און מיט קלאַנג ביז די הימלען.

רעפֿרען:

וואַרפֿט אויפֿן ברעג דעם לייטער אַראָפּ אַ מאַטראָס,
מענטשן קומען מיט בלומען, מע קושט זיך, מע וויינט און מע פֿרייט זיך,
שײַנט אויף זײַן פּנים און בליט, ווי אַ רויז,
און אין פֿײַער פֿון אויגן פֿאַרברענט ווערט מײַן ליבע צון אים.