זײדע־מעשׂיות

Grandfather's Tales

מײַקל שאַבאָן און זײַן בוך „לבֿנה־גלימערונג”
מײַקל שאַבאָן און זײַן בוך „לבֿנה־גלימערונג”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 19, 2017, issue of March 29, 2017.

צי קען מען נאָך אַלץ רעדן װעגן אַ פֿילשפּראַכיקער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור? װען מען לײענט ראָמאַנען, װאָס זײַנען אַרױס אין די לעצטע פּאָר יאָר אױף ענגליש, רוסיש, דײַטשיש און העברעיִש, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די מחברים באַהאַנדלען געװיסע טעמעס און ענינים בשותּפֿות, אַפֿילו װען זײ אַלײן זײַנען ניט געװױר אײנער פֿונעם אַנדערן. דער נײַער ראָמאַן פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער מײַקל שאַבאָן „לבֿנה־גלימערונג” איז אַ גוטע ראיה דערצו.

דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון משפּחה־געשיכטע, װאָס דער זײדע דערצײלט דעם מחבר אין די סאַמע לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן. עס איז ניט שײַך, װי אמתדיק די דאָזיקע געשיכטע איז. אַ פּנים מישט שאַבאָן אמת מיט פֿאַנטאַזיע װי עס פּאַסט זיך בעסער פֿאַר זײַן שרײַבערישע כּװנות. ניט אין דעם גײט עס. דער ראָמאַן דערצײלט די געשיכטע פֿון דער צװײטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט װי אַ פּערזענלעכע דערפֿאַרונג פֿון אַ ייִדישן מאַנצבל, װאָס איז געבױרן און אױפֿגעהאָדעװען געװאָרן אין דער אָרעמער ייִדישער געגנט אין פֿילאַדעלפֿיע.

דער זײדע איז געװען אַ האַרטקעפּיקע פּאַרשױן, אַ פֿעיִקער און אַ זשװאַװער אָבער אױך אַ שװערער מענטש, װאָס האָט איבערגעלעבט הצלחות און מפּלות. צום סאַמע סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט מען אים גענומען אינעם ספּעציעלן מיליטערישן אָפּטײל, װאָס האָט זיך געיאָגט נאָך שפּורן פֿון דער געהײמער דײַטשישער פּראָגראַם פֿאַר אַנטװיקלען ראַקעטן־געװער. זינט דעם איז דער זײדע געװאָרן ממש פֿאַרליבט אין ראַקעטן און קאָסמאָסשיפֿן און זײ אָפּגעגעבן זײַן גאַנץ לעבן.

דער זײדע האָט התונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרױ פֿון פֿראַנקרײַך, װאָס האָט זיך געראַטעװעט מיט איר קלײן טאָכטערל, דעם דערצײלערס מוטער, אין אַ קאַטױלישן קלױסטער. אָבער די משפּחה־לעבן איז ניט געװען גליקלעך װײַל די פֿרױ האָט געליטן פֿון אַ גײַסטלעכער קראַנקײט. דער האָט אױך געהאַט זײַנע צרות, פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין דער תּפֿיסה און שיִער ניט דערהרגעט זײַן בעל־הבית אױף דער אַרבעט. הקיצור, װי עס באַמערקן די רעצענזיע אינעם זשורנאַל „ניו־יאָרקער”, איז „לבֿנה־גליטערונג” אַ פֿאַרקירצטע געשיכטע פֿון דער פֿאַרגאַנגענער תּקופֿה געפּרעסט אין אײן מענטשלעכן גורל. און אין דער דאָזיקער געשיכטע, זאָגט שאַבאָן, „אַלצדינג לאָזט זיך צוריקפֿירן צו דער צװײטער װעלט־מלחמה”.

װי עס באַמערקט אָדם קירש אין זײַן רעצענציזע אין „טאַבלעט”, האָבן די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן אַ גרױסן דרך־ארץ פֿאַר זײערע אָבֿות, װאָס זײַנען געװען האַרטער, שטאָלצער און זיכערער אין זײער ייִדישקײט אײדער זײערע קינדער און אײניקלעך. שאַבאָנס חצי־־מיטאָלאָגישע געשטאַלט פֿונעם זײדן פּאַסט זיך גאַנץ גוט צו דעם דאָזיקן סטערעאָטיפּ. אָבער די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז װײַט ניט די אײנציקע, װאָס האָט אַזאַ בולטע טענדענץ. טיפּאָלאָגיש איז שאַבאָנס זײדע גאַנץ ענלעך צו דער פֿיגור פֿון זײדן יעקבֿ אינעם רוסישן ראָמאַן „יעקבֿס לײַטער” פֿון ליודמילאַ אוליצקאַיאַ, װי אױך צו די זײדע־פֿיגורן פֿון גרשום װאַלד און שאלתיאל אברבנאל אינעם ראָמאַן „הבשׂורה על־פּי יהודה” פֿון עמוס עוז. און אין אַמעריקע איז אײנצײַטיק מיט „לבֿנה־גליטערונג” אַרױס דער ראָמאַן „4 3 2 1” פֿון פּאָל אָסטער, װאָס האָט אױך אַן ענלעכן כאַראַקטער.

ייִדישע ליטעראַטן אין אַמעריקע, ישׂראל און רוסלאַנד זוכן טיפּן און כאַראַקטערן, װאָס זאָלן פֿאַרקערפּערן „עכטע” ייִדישקײט, און זײ געפֿינען זײ אינעם דור פֿון זײערע באָבע־זײדעס. דאָס איז ניט קײן חידוש. פּונקט דאָס אײגענע האָט געטאָן שלום־עליכם װען ער האָט דערקלערט מענדעלע פֿאַרן „זײדן פֿון דער ייִדישער לטיעראַטור”. פֿאַר שלום־עלימס דור פֿון דער שטאָטישער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ איז מענדעלע געװען דער עכטער סאַמאָראָדנער שטעטלדיקער ייִד. און דער הײַנטיקער דור פֿון זײדעס האָט נאָך געטראָפֿן די תּקופֿה פֿונעם חורבן און דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, די צװײ עיקרדיקע געשעענישן, װאָס באַשטימען דעם עצם פֿון דער הײַנטיקער ייִדישע אידענטיטעט.

הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער זײַנען גאַנץ אָפֿט אַפֿילו ניט געװױר פֿון די נײַע װערק פֿון זײערע קאָלעגעס אױף אַנדערע שפּראַכן. שאַבאָן האָט זיכער ניט געלײענט אוליצקאַיאַס ראָמאַן, װאָס איז אַרױס מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, אָבער זײערע זײדעס זײַנען ליטעראַרישע קרובֿים. מען קאָן ניט זײַן זיכער, װי גוט זײַנען די הײַנטיקע מחברים װי שאַבאָן און עוז אַלײן באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַרישער ירושה, אָבער זײערע לײענער זײַנען לרובֿ גאַנץ עם־הארציש אינעם דאָזיקן געביט. דערבײַ זײַנען די איבערקלאַנגען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור צומאָל גאַנץ בולט. די פֿראַנצױזישע באָבע אין שאַבאָנס ראָמאַן לײַדעט אױף האַלוצינאַציעס, װאָס זײַנען אַ פּועל־יוצא פֿון איר דערפֿאַרונג בעתן חורבן. אין אירע קאָשמאַרן זעט זי אַן „אָפּגעשינדענעם פֿערד”, אַן אימאַזש, װאָס שטאַמט דירעקט פֿון מענדעלעס „קליאַטשע”!

די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור זוכט אירע ייִדישע מוסטער־העלדן אינעם עבֿר, װאָס געפֿינט זיך ערגעץ צװישן דעם חורבן און דעם סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה.די דאָזיקע העלדן זײַנען ניט געװען פֿרום און ניט איבעריקס באַהאַװנט אין דער ייִדישער קולטור, אָבער זײ זײַנען געװען פֿולבלוטיק, האַרטנעקיק, דרײסט און שטאָלץ מיט זײער ייִדישקײט. זײ זײַנען געװען „אָרגאַניש” און „אױטענטיש”, װי דאָס עסנװאַרג, װאָס זײערע אײניקלעך קױפֿן איצט אין טײַערע שפּײַזקראָמען.