די קעמפּערס וועקן זיך אויף פֿרײַטיק אין דער פֿרי, טוען זיך אָן און גייען עסן פֿרישטיק. נאָך דעם — האַנטאַרבעט און קונסט, פֿײַלן־בויגערײַ, בריקעבאָל.
דערנאָך, נאָך אַ שעה צוגרייטן זיך אויף שבת, פֿאַרזאַמלט מען זיך בשעת די זון גייט אַרונטער און מע לאָזט זיך צו דער שבת־וועטשערע, וווּ מע מאַכט קידוש, עסט און זינגט. דערנאָך גיסט מען אָן דעם ווײַן — און דאָס ביר.
אָט דאָס הייסט אַ ייִדישער זומער־לאַגער פֿאַר דערוואַקסענע.
דעם זומער וועלן הונדערטער ייִדן זיך אומקערן צו די גראָזיקע פֿעלדער, וואַקלדיקע בײַדלעך, אָפּגעפֿאָרענע קוישבאָלפּלעצער און אײַז קאַלטע אָזערעס וווּ זיי האָבן קינדווײַז פֿאַרבראַכט די זומערן. אין משך פֿון אַ לאַנגן סוף־וואָך וועט מען שלאָפֿן אין די זעלבע בעטן, וואַרפֿן די זעלבע באַלעמס און עסן דאָס זעלבע – אפֿשר הײַנט שוין געשמאַקערע — עסנס.
די זיבן ייִדישע לאַגערן פֿאַר דערוואַקסענע — פֿון מײַ ביז סעפּטעמבער, פֿון מאַסאַטשוסעטס ביז קאַליפֿאָרניע — שטעלן מיט זיך פֿאָר דער ערשטער פּראָיעקט פֿון Trybal Gatherings („שבֿט־פֿאַרזאַמלונגען“), אַן אָרגאַניזאַציע געשאַפֿן פֿון דער 32־יעריקער געוועזענער קעמפּערין קאַרין וואַרשאַווסקי אין איינעם מיט עטלעכע אַנדערע מענטשן.
„טרײַבאַל“ וויל רעפּליקירן דעם סוקצעס פֿון קורץ־טערמיניקע פּראָגראַמען אין ישׂראל ווי, למשל, די „געבורטרעכט״ נסיעות קײן ישׂראל, דורכן פֿאַרבינדן ייִדן מיט ייִדישקייט, זיך אויסשפּאַנען אין אַ באַקאַנטער סבֿיבֿה וואָס רופֿט אַרויס נאָסטאַלגישע געפֿילן, וואָס שאַפֿט אַ געפֿיל סײַ פֿון קהילהשאַפֿט סײַ פֿון ייִדישער פֿאַרבינדונג סײַ פֿון אַוואַנטורע.
די לאַגערן וועלן זיך אָנהייבן אין אַ דאָנערשטיק צי פֿרײַטיק און זיך ציִען פֿיר טעג לאַנג. אַלע װאָס זענען 21 יאָר אַלט אָדער עלטער קאָנען זיך באַטײליקן — צי מ׳איז אַ ייִד צי נישט.
דעם פּרײַז פֿאַר דער איבערלעבונג איז נישט נידעריק. צו שלאָפֿן אין אַ באַנקבעטל אין אַ געוויינלעכן בײַדל וועט קאָסטן מער ווי 500 דאָלאַר, און אַ בעט אין אַ פּריוואַטן צימער — מער ווי 600 דאָלאַר. וואַרשאַווסקי פּלאַנירט אַז סע זאָלן זײַן הונדערט קעמפּערס אויף יעדן אָרט.
אַזוי ווי דער זומער־לאַגער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון אַזוי פֿיל אַמעריקאַנער ייִדישע קינדער וויל וואַרשאַווסקי אַרײַנציִען אין דער פּאָזיטיווער איבערלעבונג אויך דערוואַקסענע.
לויט דער „פֿונדאַציע פֿאַרן ייִדישן זומער־לאַגער״ פֿאָרן אַרום 200,000 קינדער יעדעס יאָר אין מער ווי 300 ייִדישע זומער־לאַגערן. די אָ איבערלעבונגען זענען פֿאַראייביקט געוואָרן אין עטלעכע פּאָפּולערע לידער און פֿילמען.
כאָטש די סוף־וואָכן וועלן זײַן אַ סך קירצער ווי די געוויינלעכע איבערלעבונג אין אַ זומערקעמפּ, צילעווען די „טרײַבאַל“־סעסיעס צו דופּליקירן, אויף וויפֿל סע לאָזט זיך, יענע איבערלעבונג. למשל, געסט וועלן אָנקומען אין אַ דאָנערשטיק, און זיך באַטייליקן אין אַן אַרײַנטריט־צערעמאָניע; למשל, מיט אַ פֿלאַמענדיקן פֿײַל־און־בויגן. דעם צווייטן טאָג — קלאַסישע קעמפּ־אַקטיוויטעטן ווי, למשל, קונסט, ספּאָרט, באָדן זיך. פֿרײַטיק צו נאַכטס — אַ שבת־וועטשערע, וווּ מע וועט טרינקען ביר, פֿאַרזוכן ווײַנען, און פּראַווען אַ פּשוטן נוסח פֿון קבלת־שבת, כּדי די געסט וואָס קומען נישט פֿון קיין טראַדיציאָנעלע היימען זאָלן זיך נישט פֿילן אָפּגעפֿרעמדט.
נאָך עטלעכע אַקטיוויטעטן מיט אַ ייִדישער טעמע (למשל, מאַכן די אײגענע שבת־ליכטלעך פֿון בינענוואַקס), פּראַוועט מען אַ טראַדיציאָנעלן מאַנשאַפֿט־פֿאַרמעסט (color war), אָבער אַנשטאָט קינדער־אַקטיוויטעטן ווי שווימען אָדער אַ באַריערן־לויף וועט מען זיך פֿאַרמעסטן מיט דערוואַקסענע אַקטיוויטעטן װי, אַ שטייגער, אויספּרעסן אַ העמד. זונטיק — אַ שליס־צערעמאָניע, און דערנאָך — הײַדאַ אַהיים.
אַזוי ווי דאָס וועט זײַן אַ לאַגער פֿאַר דערוואַקסענע וועלן אויך זײַן אָוונט־אַקטיוויטעטן וואָס מע געפֿינט נישט אין קיין קינדער־לאַגער. מע וועט שׂימחהווען יעדן אויף דער נאַכט, מיט אַ דיסקזשאָקיי און אַן אָפֿענעם באַר, און אין דער פֿרי וועט מען קענען שלאָפֿן ביז 10:00 אין דער פֿרי און עסן אַ שפּעטן פֿרישטיק. מע ריכט זיך אַז די דערוואַקסענע וועלן זיך אויפֿפֿירן אויף אַן אַחריותדיקן אופֿן.
„טרײַבאַל“ איז נאָר איינע פֿון עטלעכע אָרגאַניזאַציעס וואָס שאַפֿן אַזוינע דערוואַקסענע קעמפּ־איבערלעבונגען. Camp Bonfire („שײַטערקעמפּ“) און Camp No Counselors („קעמפּ אָן אויפֿפּאַסערס“) זענען נאָך צוויי אַזוינע.
וואַרשאַווסקי האָפֿט אַז נאָכן זומער וועט „טרײַבאַל“ אויך שאַפֿן אַנדערע קורץ־טערמיניקע ייִדישע איבערלעבונגען; אַ שטייגער, אַ חנוכּה־נסיעה קיין איסלאַנד, אָדער עטלעכע טעג אין אַ טוריסטן־ראַנטש. דער ציל איז אָבער דער זעלבער: דאָס שאַפֿן דאָס געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט וואָס די באַטייליקטע געדענקען פֿון זייערע קינדעריאָרן אין זומער־לאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.