„בונד“־היסטאָריקער אַנרי מינטשעלעס איז ניפֿטר געװאָרן

Bund Historian Henri Minczeles has Died

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 21, 2017, issue of March 29, 2017.

אַנרי מינטשעלעס און זײַן פֿרוי, לאה
ארז לוי
אַנרי מינטשעלעס און זײַן פֿרוי, לאה

געבוירן אין פּאַריז אינעם יאָר 1926, האָט מינטשעלעס (אָפֿט אַרויסגערעדט אויף פֿראַנצויזיש ווי מינסקעלעס) דערלעבט ביזן בכּבֿודיקן 91־יאָריקן עלטער. דער היסטאָריקער איז געשטאָרבן נאָך אַן אַפּעראַציע פֿון אַ שווערער אינפֿעקציע. דעם 15טן מאַרץ איז ער באַערדיקט געוואָרן אויפֿן בית־עולם פֿון דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט באַניע.

ס׳זעט אויס, אַז צווישן די ענגליש־רעדער בלײַבט מינטשלעס ווייניק באַקאַנט. עטלעכע אַמעריקאַנער ייִדישיסטן האָבן געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס“, אַז זיי האָבן פֿון אים קיינמאָל נישט געהערט. בלויז איינס פֿון זײַנע ביכער, „ייִדישלאַנד“, אָנגעשריבן בשותּפֿות מיט זשעראַר סילווען, איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש. זײַן בוך „ליטווישע ייִדן אין 1918־1940“, צונויפֿגעשטעלט מיט דער הילף פֿון איוועס פּלאַסעראָ, איז דערשינען אינעם יאָר 2000 אויף ליטוויש; קיין ענגלישער וואַריאַנט איז נאָך אַלץ נישטאָ. 

אין פֿראַנקרײַך איז ער אָבער במשך פֿון אַ סך יאָרן געווען באַקאַנט ווי אַן אָנגעזעענער ייִדישער כּלל־טוער און היסטאָריקער, לאַוו־דווקא צווישן ייִדן. פֿאַר זײַן טעטיקייט האָט מינטשעלעס באַקומען דעם „שעוואַליע־טיטל“ און דעם נאַציאָנאַלן פֿראַנצויזישן אָרדן „פֿאַר פֿאַרדינסטן“, צוויי זילבערנע מעדאַלן פֿון דער פּאַריזער מוניציפּאַליטעט און אַ צאָל חשובֿע פּריזן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

אַנרי מינטשעלעס, דער צווייטער פֿון רעכטס, צווישן עטלעכע פּאַריזער ייִּדישיסטן און בונדיסטן, 1993
בערל (בערנאַר) ווײַסבראָט
אַנרי מינטשעלעס, דער צווייטער פֿון רעכטס, צווישן עטלעכע פּאַריזער ייִּדישיסטן און בונדיסטן, 1993

צום מערסטן איז מינטשעלעס באַקאַנט אַ דאַנק זײַנע ביכער וועגן „ייִדישן אַרבעטער בונד“ און דער געשיכטע פֿון די ליטווישער ייִדן. מיט דער הילף פֿון אַבי וויוויאָרקאַ, אַ פּאַריזער ייִדישיסט און פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצערין, האָט מינטשעלעס אַרויסגעגעבן אויף פֿראַנצייזיש וולאַדימיר מעדעמס זכרונות „פֿון מײַן לעבן“. די איבערזעצונג פֿון מעדעמס בוך „די אַלגעמיינע געשיכטע פֿונעם בונד, אַ ייִדישע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג“, בלײַבט צווישן די פּאָפּולערסטע ווערק וועגן די בונדיסטן אין פֿראַנקרײַך. מינטשעלעס׳ בוך „די ליטוואַקעס“, פֿון 2008, האָט באַקענט אַ סך פֿראַנצויזן מיט דער רײַכער געשיכטע פֿון דער אַמאָליקער וועלט פֿונעם ליטווישן ייִדנטום.

מינטשעלעס איז געבוירן געוואָרן בײַ פּוילישע אימיגראַנטן אין פּאַריז. ביידע עלטערן זענען געווען שנײַדער. לויט דער משפּחה־לעגענדע, האָט זײַן טאַטע געשטאַמט פֿונעם גרויסן מקובל רבי יצחק לוריא, דער אַריז״ל. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מינטשעלעס זיך אַקטיוו אָנגעשלאָסן אינעם קאַמף פֿון די פֿראַנצויזישע פּאַרטיזאַנער קעגן די נאַציס, און זיך באַטייליקט אין דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַריז אין אויגוסט 1944.

במשך פֿון אַ סך יאָרן נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געווען די פֿאַך־טראַדיציע פֿון זײַן משפּחה און האָט געאַרבעט אויף פֿאַרשיידענע שטעלעס אין טעקסטיל־אינדוסטריע. נאָכן פּענסיאָנירן זיך, האָט ער זיך שפּעטער פֿאַרנומען מיט אַקאַדעמישע שטודיעס און אין 1991 פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט ווי אַ היסטאָריקער. זינט דעמאָלט איז ער באַקאַנט געװאָרן ווי אַ פּראָמינענטער פֿאָרשער.

בעת אַן אינטערװיו מיטן „פֿאָרװערטס“, האָט בערל (בערנאַר) ווײַסראָט, אַ באַקאַנטער פּאַריזער ייִדיש־מומחה, איבערגעגעבן, אַז מינטשעלעס איז שוין יונגערהייט געווען אַן אָנגעזעענער ייִדישער כּלל־טוער. בײַ 36 יאָר האָט ער איבערגעזעצט שמעון דובנאָווס בוך „ייִדישע געשיכטע פֿאַר שול און היים“. אין די 1960ער האָט ער כּסדר געפֿירט לעקציעס אויף ייִדישע טעמעס, פֿון ייִדיש ביז גמרא און קבלה. אין די בונדיסטישע קרײַזן איז ער געווען איינער פֿון די זעלטענע יחידים, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן אַ בפֿירושע סימפּאַטיע צו דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט.

פֿון 1992 ביז 1996 איז מינטשעלעס געווען דער פּרעזידענט פֿונעם פּאַריזער „אַרבעטער־רינג“ און „מעדעם־צענטער“. אַחוץ דער קלאַסישער בונדיסטישער שיטה פֿון „דאָיִקייט“, איז ער אויך געווען נאָענט צו שמעון דובנאָווס אויטאָנאָמיסטישן צוגאַנג, לויט וועלכן שעפֿערישקייט און רוחניות זענען דער עיקר־כּוח פֿון ייִדישקייט אַרום דער וועלט.

פֿאַר אַ טייל פּאַריזער ייִדישיסטן פֿונעם ייִנגערן דור איז דער עלטערער קולטור־טוער שוין געוואָרן אַ מין לעגענדאַרע פֿיגור, הגם װײניק פֿון זיי האָבן אים אַמאָל געזען. מאַרינאַ אַלעקסעיעוואַ־אַנטיפּאָוו, אַ באַגאַבטע יונגע ייִדישע פּאָעטעסע פֿון פּעטערבורג, וועלכע וווינט שוין לאַנג אין פּאַריז, האָט געזאָגט, אַז זי האָט אים נישט פּערזענלעך געקענט, הגם זי באַטייליקט זיך כּסדר אין די פּאַריזער ייִדיש־אונטערנעמונגען. אַן אַנדער ייִדישער פּאָעט, זשיל ראָזיע, האָט געזאָגט דאָס זעלבע. נאַטאַליאַ קריניצקאַ, די ביבליאָטעקאַרין פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק“, האָט מיר דערציילט, אַז הגם זי האָט געזען מינטשעלעס פֿון צײַט צו צײַט, האָט זי קיינמאָל נישט געהאַט קיין געלעגנהייט זיך מיט אים בעסער צו באַקענען.

ארז לוי, אַ ייִדיש־איבערזעצער בײַם „מעדעם־צענטער“, אויך אַ פֿאָרשטייער פֿונעם ייִנגערן דור, האָט בעת אַן אינטערוויו אויף ייִדיש דערקלערט, אַז מינטשעלעס, זײַן נאָענטער טײַערער חבֿר, איז געווען אַ שטאַרקע פּערזענלעכקייט, וואָס „זײַן געשטאַלט האָט געשטראַלט מיט אַ ברידערלעך געמיט“. ארז האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט עטלעכע מאָל פֿאָרזיכטיק איבערגעלייענט מינטשעלעסעס בוך געווידמעט דער געשיכטע פֿון בונד, און יעדעס מאָל אָפּגעשאַצט דעם באַזונדערס שׂכלדיקן און האַרציקן טעם פֿונעם מחבר.

אַנרי מינטשלעס, דער דריטער פֿון רעכטס אין דער שטייענדיקער ריי, צווישן די מיטאַרטעבער פֿון דער פּאַריזער ”מעדעם־ביבליאָטעק“, 1980
בערל (בערנאַר) ווײַסבראָט
אַנרי מינטשלעס, דער דריטער פֿון רעכטס אין דער שטייענדיקער ריי, צווישן די מיטאַרטעבער פֿון דער פּאַריזער ”מעדעם־ביבליאָטעק“, 1980

ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן פֿלעגט מישטעלעס כּמעט יעדן דינסטיק קומען, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, לאה, אויף די וועכנטלעכע רעפֿעראַטן אין דער אוידיטאָריע פֿונעם „מעדעם־צענטער“. דער איידעם פֿונעם ניפֿטר, לעאָפּאָלד בראָנשטיין, איז דער איצטיקער פֿאָרזיצער פֿונעם „מעדעם־צענטער“.

געוויסע יונגע ייִדישיסטן מיינען, אַז מינטשעלעס איז נישט געווען קיין גרויסער מומחה. להיפּוך, האַלטן די היסטאָריקער זשאַן־שאַרל שורעק און אָנסטאַנץ פּאַרי דע באָלאַרדיער, וועלכע האָבן אָנגעהאַלטן נאָענטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען מיט אים, אַז ער איז געווען זייער אַ געניטער פֿאָרשער.

אין דער אמתן, וואָלטן די אַמאָליקע בונדיסטן געווען צופֿרידן, אַז אַרום זייער ייִדישיסטישער טעטיקייט אין פּאַריז איז הײַנט אויפֿגעוואַקסן אַ סבֿיבֿה יונגע מומחים און אַקטיוויסטן, וואָס שטאָלצירן מיטן קענען די ייִדישע שפּראַך און קולטור בעסער פֿונעם עלטערן דור. 

די טאַטע־מאַמע פֿון אַנרי מינטשעלעס האָבן לכתּחילה גערעדט צווישן זיך אויף ייִדיש, כּדי דער זון זאָל נישט קאָנען פֿאַרשטיין זייער שמועס. פֿאַרקערט, נישט געקוקט אויף די פֿינצטערע אָפּשאַצונגען פֿון די ייִדיש־באַגרעבער און שׂונאים, באַווײַזן זיך הײַנט יונגע־לײַט פֿון כּלערליי אומגעריכטע מקומות, וואָס לערנען זיך אויס ייִדיש מיט אַ התלהבֿותדיקן ענטוזיאַזם און דערגרייכן טאַקע גרעסערע קענטענישן, ווי די טאָג־טעגלעכע נאַטירלעכע רעדער פֿונעם אַלטן דור.

פֿראַנקרײַך, בפֿרט פּאַריז, בלײַבט אַן אָרט, וווּ די ייִדישע שפּראַך און שפּראַך־טעטיקייט בלײַבט אַסאָציִיִרט מיט סאָציאַליסטישע פּאָליטישע דעות. ס׳איז אָבער טרויעריק, אַז די לעצטע אויטענטישע פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע רעוואָלוציאָנעלע באַוועגונגען גייען אַוועק. ארז האָט דערציילט, אַז ווען ער האָט צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מינטשעלעס, בעת זײַן דינסטיק־לעקציע בײַם „אַרבעטער־רינג” מיט כּמעט 13 יאָר צוריק, האָט ער גלײַך דערפֿילט אַ היימישן גײַסט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע. מינטשעלעס פֿלעגט דערציילן, אַז פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ באַגײַסטערטער סאָציאַליסט. שפּעטער, נאָך דער מלחמה, האָט ער זיך פֿאַרליבט אינעם בונדיסטישן קאַמף לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלקסמענטש. פֿונדעסטוועגן, ווי ארז באַטאָנט, איז מינטשעלעס געווען אַ סאָציאַליסט פֿאַר זיך, לאַוו־דווקא אַן „אָרטאָדאָקסישער” בונדיסט.

אַזוי צי אַזוי, אַ דאַנק דעם לעבעדיקן סטיל פֿון זײַנע ביכער, האָט אַנרי מינטשעלעס איבערגעלאָזט אַ ליטעראַרישע ירושה, וואָס העלפֿט די פֿראַנצויזישע ייִדן און פֿראַנצויזן בכלל צו פֿאַרשטיין און אָפּצושאַצן דעם גײַסט פֿון דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישיקייט, מיט איר קאַמף פֿאַר מענטשלעכקייט און יושר. כּבֿוד זײַן אָנדענק!