די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“ אין ישׂראל שטיצט אונטער שוין צוויי יאָר דאָס אַרויסגעבן ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש. ביז אַהער האָט מען אַרויסגעלאָזט זעקס זאַמלונגען דערציילונגען, פּאָעזיע אָדער זכרונות, וואָס מע האָט פֿריִער ניט געהאַט פּובליקירט. די אויסגאַבעס, וואָס דערשײַנען מיט דער מיטהילף פֿון „פֿאַרלאַג בית־לייוויק“ בײַם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראיין אין ישׂראל, קען מען סײַ באַקומען אין אַ געדרוקטן פֿאָרעם, סײַ לייענען בחינם אויף דער אינטערנעץ.
לעצטנס האָט די אינסטאַנץ געמאָלדן אויף „פֿייסבוק“, אַז מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם זעקסטן באַנד אין דער סעריע, אַ ביכל זכרונות פֿונעם אַקטיאָר, רעזשיסאָר און ייִדישן שרײַבער לייזער בליט. דער אומגעוויינטלעכער טיטל פֿונעם ביכל, „ניטאָ קיין כּוח צו פֿאַרגעסן“, שטאַמט פֿון דעם פֿאַקט, וואָס דער מחבר האָט שוין לאַנגע יאָרן פּרובירט צו פֿאַרגעסן וועגן זײַנע ייִנגסטע יאָרן פֿאַר און בעתן חורבן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווען ער איז געווען בלויז זעקס יאָר אַלט.
אַ געבוירענער אין דער שטאָט ראַטנע, וואָס צו יענער צײַט האָט געהערט פּוילן, איז ער אויפֿגעוואַקסן אינעם דאָרף קאַרטיליעס, וווּ די מענטשן האָבן געוווינט אין הײַזער מיט שטרויענע דעכער, און אָן עלעקטריע. קיין אויטאָס אָדער מאָדערנע באַקוועמלעכקייטן זענען אויך דאָרטן ניט געווען.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער יונגער לייזער בליט איז געווען בלויז זעקס יאָר אַלט ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין זײַן דערפֿל, האָט ער פּרטימדיק פֿאַרגעדענקט זײַנע ייִנגסטע יאָרן און איז מסוגל זיי צו באַשרײַבן אין זײַן ביכל־זכרונות, וואָס פֿאָלגט נאָך די הויפּט־געשעענישן פֿון זײַן יונגט ביז זײַן אָנקומען אין מאָנטרעאָל אין 1948. די שוידערלעכע פּרטים פֿונעם חורבן — מאַסן־מאָרדן, געטאָס און לאַגערן — ווערן איבערגעגעבן דורך די אויגן פֿון אַ קליין קינד, נאָר אויך מיטן פּסיכאָלאָגישן פֿאַרשטאַנד פֿון אַ דערוואַקסענעם.
דאָס גאַנצע בוך קען מען לייענען דאָ.. כּדי צו לייענען די אַנדערע ביכער אין דער סעריע (פֿון הערשל־צבֿי כּנר, עפֿרה אליגון, מיכאל פֿעלזענבאַום, באָריס קאַרלאָוו און זיסי ווייצמאַן) באַזוכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.