בוענאָס־אײַרעס. — אַן אויסשטעלונג פֿון דער „יו־ען“ קולטור־אַגענטור „אונעסקאָ“ וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ארץ־ישׂראל האָט זיך געעפֿנט צום ערשטן מאָל אויף שפּאַניש.
די אויסשטעלונג „פֿאָלק, בוך, לאַנד: די 3,500־יאָריקע באַציִונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און דעם ארץ־הקודש”, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן בשותּפֿות מיטן „שמעון וויזנטאַל צענטער”, געפֿינט זיך אינעם מלוכישן „קירשנער קולטור־צענטער” ביזן 31סטן מאַרץ.
די פּאַנעלן, וואָס באַשטייען פֿון מאַפּעס, בילדער און טעקסט, ווײַזן די ייִדישע פֿאַרבינדונג צו דער ישׂראלדיקער ערד פֿון כּנען ביז מדינת־ישׂראל. עס נעמט אַרײַן אַלע עפּאָכעס — פֿון אַבֿרהם אָבֿינו ביז דוד המלך, די קרײַצצוגן, דעם בריטישן מאַנדאַט, דעם חורבן, די מאַסן־עליה פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און די הײַנטיקע, גאָר הצלחהדיקע אינדוסטריע פֿון הויכער טעכנאָלאָגיע אין ישׂראל.
די אויסשטעלונג האָט שוין צוויי מאָל אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע. איר ערשטע עפֿענונג בײַ דער פּאַריזער הויפּטקוואַרטיר פֿון „אונעסקאָ” אין יאַנואַר 2014, האָט מען געדאַרפֿט אָפּלייגן צוליב פּראָטעסטן מצד 22 אַראַבישע מלוכות.
„מיר האָבן די עקספּערטן בײַ ׳אונעסקאָ׳ געגעבן צו פֿאַרשטיין יעדן פּאַנעל באַזונדער,“ האָט באַטאָנט שמעון סעמיועלס, דער דירעקטאָר פֿונעם „שמעון וויזנטאַל צענטער”. „מיר וועלן תּמיד פֿאַרטיידיקן די אויטענטישקייט פֿון דער ייִדישער געשיכטע.”
נאָך אַ ריי פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פֿאָרשטייער פֿון די אַראַבישע לענדער, האָט „אונעסקאָ” מיט זעקס חדשים שפּעטער, סוף־כּל־סוף, געעפֿנט די אויסשטעלונג אין פּאַריז.
פֿאַראַיאָרן איז פֿאָרגעקומען אַ צווייטע קאָנטראָווערסיע: „אונעסקאָ” האָט אַליין דורכגעפֿירט אַ רעזאָלוציע, לייקענענדיק די ייִדישע פֿאַרבינדונג צו דער אַלטער שטאָט אין ירושלים.
„איך בין נישט באַרעכטיקט צו רעדן וועגן דער פּאָליטיק פֿון דעם ענין; כ׳קען בלויז זאָגן, אַז די איצטיקע אויסשטעלונג איז אַן ענטפֿער אויף די ניין־זאָגערס,” האָט ד״ר גראַסיעלאַ וואַסערמאַן סעמיועלס, די עצה־געבערין פֿונעם גענעראַל־דירעקטאָר פֿון „אונעסקאָ”, געזאָגט דער ייִט״אַ.
בעת דער צערעמאָניע אויף דער עפֿענונג, האָט וואַסערמאַן געלייענט אַ דערקלערונג אין נאָמען פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין אירינאַ באָקאָוואַ: „די אויסשטעלונג איז אַן ענטפֿער אויף די אַלע, וואָס פּרוּוון פֿאַרשפּרייטן ליגנס, כּדי אויפֿצוהעצן אַנטיסעמיטיזם, און די דעליגיטימירונג פֿון ישׂראל און דעם ייִדישן פֿאָלק.”
יובֿל רותּם, גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דעם ישׂראלדיקן אויסלאַנד־מיניסטעריום, האָט באַשולדיקט די „פּאָליטיש מאָטיווירטע ׳יו־ען׳ רעזאָלוציעס, וואָס לייקענען די פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און זייער היימלאַנד.”
נאָך דעם ווי די שפּאַנישע ווערסיע פֿון דער אויסשטעלונג אין בוענאָס־אײַרעס וועט זיך ענדיקן, וועט זי איבערגעפֿירט ווערן קיין סאַנטיאַגאָ, די קרוינשטאָט פֿון טשילע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.