(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נו, און וואַרשע? ס׳איז אַ מאָל שוין אויסגעקומען אָנצוּווײַזן, אַז טייל פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע גאַסן האָבן אָפֿט געטראָגן קריסטלעכע נעמען: באָניפֿראַטן, פֿראַנצישקאַנער, שוויענטאָיערסקאַ. אַפֿילו די וועלט־באַרימטע חסידישע שטאָט גער הייסט דאָך Góra Kalwaria, נאָכן ירושלימער באַרג וווּ יעזוס איז אפֿשר געקרייציקט געוואָרן. אָבער וואַרשע, נאָך מער אַפֿילו ווי אַנדערע פּוילישע שטעט, האָט אַ ים מיט טשיקאַווע נעמען. טייל נעמען זענען דאָ ביזן הײַנטיקן טאָג, אַנדערע זענען אַוועק מיט דער וועלט־מלחמה, אָבער טשיקאַווע זענען זיי. טייל האָבן אייגענע ייִדישע נעמען; אַנדערע טראָגן די פּוילישע נעמען אויף ייִדיש אויך.
למשל, נעמען נאָך חיות: ווילטשע (וואָלף), פּאַוויע (פּאַווע), גענשע (גאַנדז), קאַטשע (קאַטשקע), זשאַביע (זשאַבע), אָרלע (אָדלער), פּטאַשע (פֿויגל), סמאָטשע (פּיפּער־נאָטער), קאָזשע (ציג), ווראָניע (וואָראָנע).
נאָך מאַטעריאַַלן: צעגלאַנע (ציגל; דאָרטן האָט געוווינט י.־ל. פּרץ, טראָגט הײַנט די גאַס זײַן נאָמען), קראָכמאַלנע (קראָכמאַל), כמיעלנע (האָפּן), סרעברנע (זילבער), זלאָטע (גאָלד), זשעלאַזנע (אײַזן; אויף מאַמע־לשון טאַקע „אײַזן־גאַס), גליניאַנע (ליים), סקוזשאַנע (לעדער), סאָלנע (זאַלציק; אויף ייִדיש „זאַלץ־גאַס“), מיאָדאָווע (האָניק, מעד; „מעד־גאַס“ אויף ייִדיש), זשיטניע (קאָרן), שענע (היי).
נאָך מלאָכות: קופּיעצקע (סוחר), רימאַרסקע (רימער, זאָטל־מאַכער), מלינאַרסקע (מילנער).
נאָך דער נאַטור: סאָסנאָווע (סאָסנע; יאָ, איין בוימנאָמען!), באַגנע (זומפּ).
נאָכן וועטער: כלאָדנע (קיל), זשימנע (קאַלט), טשעפּלע (וואַרעם).
נאָך סתּם אַדיעקטיוון: ניסקע (נידעריק), דזשיקע (ווילד), מילע (ליב), פּראָסטע (פּראָסט, גלײַך), טוואַרדע (האַרט), פּרוזשנע (ליידיק, אומזיסט), דלוגע (לאַנג; אויף מאַמע־לשון טרעפֿט מען סײַ „דלוגע“, סײַ „לאַנגע“), ספּאָקוינע (רויִק), פּאָקאָרנע (עניוותדיק, הכנעהדיק), ביאַלע (ווײַס), שטשענשליווע (גליקלעך), שליסקע (גליטשיק).
און די וויכטיקסטע האַנדלסגאַס אינעם ייִדישן (און אפֿשר אין גאַנץ) וואַרשע האָט געהייסן Nalewki, נאָך אַ טײַכל וואָס דערפֿון האָט מען געשעפּט טרינקוואַסער פֿאַר דער שטאָט. נישטאָ מער אַזאַ גאַס, נאָר בײַ וואַרשעווער ייִדן און אין דער ייִדישער ליטעראַטור וועט זי אייביק בלײַבן אַ שם־דבֿר: די נאַלעווקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.