אָט וועל איך אײַך דערציילן די געשיכטע פֿון אַ פּיאַנע.
כ׳האָב אַ קלאַוויר וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אַרום 1908, דורך דער דײַטשישער פֿירמע בעכשטײַן. כ׳קען נישט די געשיכטע פֿון דער פּיאַנע אין משך פֿון די עטלעכע און פֿערציק יאָר צווישן דער צײַט ווען מ׳האָט עס פֿאַבריקירט און ווען מ׳האָט עס געקויפֿט אין 1949. כ׳האָב אָפֿט געקלערט ווער ס׳איז געווען דער פֿריִערדיקער פֿאַרמאָגער פֿון דער פּיאַנע, און וואָס סע קער זיי האָבן געשען בשעת דער מלחמה. כ׳ווייס נאָר, אַז די געשיכטע הייבט זיך אָן אין 1949.
איך מיט מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געוווינט אינעם די־פּי־לאַגער וואָס האָט זיך, אונטער דער מאַכט פֿון דער בריטישער רעגירונג, געפֿונען אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בערגען־בעלזן אין דײַטשלאַנד. דעם טאַטנס עלטער־מומע סיידי, וואָס האָט נאָך אין אין די 1930ער יאָרן אימיגרירט קיין אַמעריקע, האָט געדינט ווי אונדזער פּאַטראָן כּדי מיר זאָלן אימיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אָנגעקומען אין אַמעריקע זענען מיר דעם 7טן דעצעמבער 1949, אַ דאַנק סיידי און דער אינטערנאַציאָנאַלער פּליטים־אָרגאַניזאַציע בײַ דער יו־ען. מיר זענען געקומען צו פֿאָרן אויף דער שיף „גענעראַל דזשיי־אייטש־מאַקריי‟. טאַטע־מאַמע מיט מיר זענען אַראָפּגעגאַנגען פֿון דער שיף מיט אונדזער האַק־און־פּאַק, און אַ פּיאַנע. דער טאַטע האָט זי געהאַט געקויפֿט אין בערגען־בעלזן כּדי זײַן טאָכטער (כ׳בין דעמאָלט געווען אַ מיידעלע פֿון צוויי מיט אַ האַלב יאָר) זאָל זיך אויסלערנען שפּילן, אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ באַלעבאַטיש מיידל. צום באַדויערן האָב איך, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, נישט געהאַט קיין שום טאַלאַנט צו מוזיקאַלישע אינסטרומענטן.
אונדזער משפּחה האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט ניו־יאָרק. מיר האָבן זיך אַ סך מאָל געצויגן איידער מיר האָבן זיך באַזעצט אין טראָי, נ״י. די פּיאַנע איז מיטגעפֿאָרן. דעמאָלט בין איך שוין געווען אַ חתונה־געהאַטע מיט אַן אַכט־יעריק טעכטערל וואָס האָט אַליין אויסגעדריקט אַן אינטערעס זיך צו לערנען שפּילן אויף דער פּיאַנע. האָב איך געבעטן אַז מע זאָל מיר איבערשיקן די פּיאַנע קיין פּאָטאָמאַק, מערילאַנד, און טאַטע־מאַמע האָבן מיט גרויס ענטוזיאַזם מסכּים געווען.
מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָב איך געאַרבעט ווי דער הויפּט־ביבליאָטעקערין אין דער ייִדישער טאָגשול א״נ טשאַרלס ע. סמיט, אין ראָקוויל, מ״ד. מיר האָבן דאָרט געהאַט אַ ברייטע זאַמלונג ווידעאָ־קאַסעטן אין שײַכות מיטן חורבן. לילי, די מאַמע פֿון איינעם פֿון די תּלמידים, איז געקומען אין ביבליאָטעק באָרגן אַ דאָקומענטאַר וועגן דער לאָדזשער געטאָ. זי האָט דערבײַ געזאָגט, אַז איר מאַמע איז געווען אין יענער געטאָ און נאָך דעם האָט מען זי פֿאַרשיקט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בערגען־בעלזן, פֿון וואַנען מ׳האָט זי שפּעטער באַפֿרײַט. לילי האָט צוגעגעבן, אַז זי אַליין איז געבוירן געוואָרן אין בערגען־בעלזן נאָך דער מלחמה.
מיר האָבן געפּוּווט דערגיין צי אונדזערע עלטערן האָבן זיך געקענט אין בערגען־בעלזן. האָבן מיר אָפּגעמאַכט אַז מיר וועלן זיך יענעם אָוונט נאָכפֿרעגן. כּדי זיי אָפּצופֿרישן דעם זכּרון (דאָס איז דאָך שוין געווען מיט אַ פֿערציק יאָר שפּעטער) האָב איך געפֿרעגט לילי וואָסער מין אַרבעט האָט איר טאַטע געטאָן אינעם דיפּי־לאַגער בערגען־בעלזן. איר ענטפֿער: ער האָט פֿאַרקויפֿט פּיאַנעס.
אַז כ׳האָב זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ טאַטע־מאַמע, האָט די מאַמע נישט געדענקט ווער ס׳האָט אונדז פֿאַרקויפֿט די פּיאַנע, אָבער אַז כ׳האָב דערמאָנט דעם נאָמען פֿון ליליס טאַטן, האָט דער טאַטע געזאָגט אַז יאָ, דאָס איז ער טאַקע געווען! בקיצור, די פּיאַנע איז טאַקע געבליבן בײַ מיר אין הויז. כ׳האָב ווײַטער נישט קיין מוזיקאַלישן טאַלאַנט, אָבער מײַן טאָכטערס זון איז אַ טאַלאַנטירטער קלאַסישער מוזיקער. צו דרײַ יאָר האָט מײַן אייניקל זיך אויך אַוועקגעזעצט בײַ דער פּיאַנע און גענומען אַליין שפּילן מעלאָדיעס וואָס ער קען. הײַנט איז ער שוין אַ דערוואַקסענער, און האָט בײַ זיך אין דער דירה זײַן אייגענע פּיאַנע. אָבער ווען ער קומט צו מיר צו גאַסט, זעצט ער זיך אַוועק בײַ דער אַלטער דײַטשישער „בעכשטיין‟, און הייבט אָן שפּילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.