„פֿאָלקסבינע‟ גאַלאַ־קאָנצערט פֿון פֿרויען געווידמעט מוטערסטאָג

Folksbiene Mother's Day Gala Concert to Celebrate Women


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 26, 2017, issue of March 29, 2017.

שוין צוויי יאָר מאַכט די „פֿאָלקסבינע‟ אין צענטראַל־פּאַרק אַ ריזיקן קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟, וואָס איז ספּעציעל צוגעפּאַסט פֿאַרן פֿרומען עולם. כאָטש דער קאָנצערט איז אַ גרויסער דערפֿאָלג וואָס ברענגט צונויף די בעסטע פֿרומע מוזיקער און וועלטלעכע קלעזמאָרים צו שפּילן פֿאַר אַ פֿאַרשינדאַרטיקן פּובליקום, האָט מען פֿאַראַיאָרן געהערט אַ סך טענות, אַז קיין שום פֿרויען זענען ניט אויפֿגעטראָטן.

די „פֿאָלקסבינע‟ האָט איצט געלאָזט וויסן, אַז אַנשטאָט אַ קאָנצערט וואָס פֿאָלגט די תּקנות פֿון קול־אישה, וועט מען באַלד מאַכן אַ גאַלאַ־קאָנצערט וואָס פֿאָלגט „קול־איש‟. דאָס הייסט, אויפֿן קומענדיקן גאַלאַ־קאָנצערט „אונדזערע אָנפֿירנדיקע פֿרויען‟, וואָס וועט פֿאָרקומען אום מוטערסטאָג (זונטיק, דעם 14טן מײַ), וועלן אויפֿטרעטן בלויז פֿרויען. ערנסט גערעדט, צי דאָס איז אַ צופֿאַל, צי באמת אַן אָפּרוף אויף די טענות אַז דער קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟ „שטופּט די זינגערינס צו דער זײַט‟ איז ניט קלאָר.

דער אָוונט וועט אַרײַננעמען פֿאָרשטעלונגען פֿון צענדליקער ייִדישע זינגערינס, אַקטיאָרנס און מוזיקערינס. צווישן זיי געפֿינט מען אַזעלכע באַקאַנטע נעמען פֿון דער ייִדישער בינע ווי דזשאָען באָרץ, עלינאָר ריסאַ, רחל יוכט, דניאלה ראַבאַני, חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַן, רייטשל פּאָליקאַר און אַנעט איזיקיאַל־קאָגאַן (פֿון דער קאַפּעליע „גולם‟) און די באַקאַנטע בראָדוויי־אַקטריסע דזשודי קיי און די זינגערין רייטשל סיידזש. די אַקטריסע טובֿה פֿעלדשאָ וועט דינען ווי די קאָנפֿעראַנסיע און די פֿידלערין אַלישיאַ סוויגאַלס וועט דיריגירן דעם אָרקעסטער. עס וועט אויך אויפֿטרעטן אַ ספּעציעלער כאָר פֿון יונגע תּלמידות, וואָס וועלן פֿאָרשטעלן ייִדישע לידער.

בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך אָפּגעבן כּבֿוד די דערגרייכונגען פֿון 10 ייִדישע פֿרויען אין די געביטן פֿון קונסט, וויסנשאַפֿט, פֿילאַנטראָפּיע און די געשעפֿט־וועלט. צווישן די אָנגעזעענע פֿרויען וואָס מע וועט באַערן אויפֿן גאַלאַ־קאָנצערט זענען די בראָדוויי־פּראָדוצענטקע דעריל ראָט, די רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל „מאָמענט‟ — ניידין עפּשטיין, די דאָקטאָרשע מאַריאָן בערגמאַן, די טוריזם־עקספּערטקע בוני גראָסינגער און די מחברין פֿאַניע גאָטעספֿעלד־העלער.

דער גאַלאַ־קאָנצערט, וואָס הייבט זיך אָן 6:30 אין אָוונט, וועט פֿאָרקומען בײַם „סקירבל־צענטער‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. די ביליקסטע בילעטן זענען $300.

נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן: 212-213-2120, צוגאָב־נומער 208.