צײַטן בײַטן זיך און בלײַבן דאָך די זעלבע. דער אונטערשײד צווישן סטאַלין און פּוטין איז נישט מער ווי אַ קאַצנשפּרונג. ווי סטאַלין, האַלט פּוטין דאָס פֿאָלק אין קנעכטשאַפֿט, שרעק און אָרעמקייט; האַסט שׂינאת־מוות די פֿרײַהײט, דעמאָקראַטיע, מענטשנרעכט און דער עיקר, די פֿרײַע פּרעסע.
אין פּוטינס שטײַגל איז לעצטנס אויך אַרײַנגעפֿאַלן אונדזער אַמעריקאַנער ביליאָנער „פּרעזידענט‟ — אַ מין לץ, אַן אַנאַלפֿאַבעט וואָס האָט זיך דערצויגן אויפֿן ספֿר־פּראַלניק און דעם פֿיפֿטן שולחן ערוך, כיטרע ווי אַ פֿוקס, צײכנט זיך אויס אין אַ וועלט פֿול מיט מויל־מלאכה, באָבע־מעשׂיות נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, און מיטגעשלעפּט מיט זיך אַ סטאַדע בלינדע שאָף, אויפֿגעשטעלט אַ קאַבינעט פֿול מיט ראַסיסטן און שׂונאי־ישׂראל, מיט דער גרעסטער הילף פֿונעם אויבערדעקל־קאָמיסאַר, טאָוואַרישטש פּוטין.
און איצט צו מײַן טאַטנס „אוניווערסיטעט‟. מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, איז געווען אַ העכסט אינטעליגענטער, באַלעזענער און קלוגער ייִד, הויך, ברייט־פּלייציק, מיט אַ רויטער טשופּרינע האָר און תּמיד געזוכט יושר.
איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אומשולדיקערהייט אין סטאַלינס גיהנום, וווּ צוזאַמען מיט אים זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן טויזנטער ייִדישע יוגנטלעכע און באַלד אַנטדעקט אַז מ’האָט זיי אַהין פֿאַרנאַרט מיטן ציל אויסצובויען די סיבירער טײַגע מיט די הונדערטער טויזנטער פֿרײַע און בחינמדיקע אַרבעטער־קנעכט, זיי באַזעצט אין שקלאַפֿן־לאַגערן אונטער קאָנוווי, אַרויסגעשיקט אָפּרייניקן די וועלדער און מיט זיי אויסבויען סיביר, אַרײַנגערעכנט זייערע באַראַקן וווּ ייִנגלעך און מיידלעך האָבן געהויזט צוזאַמען. און אַז די יוגנט הויזט איניינעם, איז סעקס פֿרײַ פֿאַר אַלעמען. אַזויערנאָך איז מײַן מאַמע טראָגעדיק געוואָרן מיט מיר און זיך פֿאַרשאָלטן דאָס לעבן.
וואָס טוט מײַן טאַטע? ער רופֿט צוזאַמען דעם עולם שקלאַפֿן אין זייער באַראַק און הייבט אָן פּריידיקן:
„וואָס טוען מיר דאָ אין שקלאַפֿן־לאַגער? מיר זײַנען געקומען אַהער פֿאַרבעסערן אונדזער דאָליע און אומשטענדן, געקומען זיך אויסבילדן, לעבן אין פֿרײַהײט מיט מענטשנרעכט, און צום סוף זענען מיר אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַסטקע.‟
מיט אַ שעה שפּעטער האָט זיך באַוויזן אַ קאָמיסאַר און אים געהייסן צונויפֿנעמען אַלע זײַנע מאָנאַטקעס און אים אַוועקגעשיקט אין תּפֿיסה, טיף אין סיביר. און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן זײַן „אוניווערסיטעט־בילדונג‟, ווײַל אין תּפֿיסה זײַנען דעמאָלט געזעסן די העכסט געלערנטע פּראָפֿעסאָרן, פֿיזיקער, אינזשינירן, דאָקטוירים און אינטעלעקטואַלן.
דאָ האָט זיך אָנגעהויבן מײַן טאַטנס וויסן אין כעמיע, פֿיזיק, וועלט־פּאָליטיק, ליטעראַטור און אַ וועלט מיט אינטעלעקטועלן באַגאַזש. אין תּפֿיסה האָט מען דיסקוטירט די וועלטפּראָבלעמען; עקספּערימענטירט מיט פֿאַרשיידענע גאַזן און פֿלאַמען פֿון אַ זאַפּלקע; אַרומגערעדט ענינים פֿון געזונט־צושטאַנד און מעדיצין — מיט אײן וואָרט, ער איז אַרויס פֿון תּפֿיסה אָן אַ דאָקטאָראַט, נאָר מיט אַ וועלט פֿון וויסן.
מײַן טאַטע איז נאָכן קריג געווען אַ שרײַבער אין אַ ייִדישער צײַטונג אין מינכען, דײַטשלאַנד, בשעת מיר זײַנען געזעסן ווי „רעפֿיודזשיס‟ אין אַ „די־פּי‟ לאַגער אין דײַטשלאַנד.
ווי שווער ס׳איז פֿאַר אונדז אָנגעקומען צו אַנטלויפֿן פֿון דעם „רויטן־גן־עדן‟. יעדער רוסישער בירגער מוז זײַן דער אײגנטימער פֿון אַ רוסישן פּאַספּאָרט, מוז זײַן רעגיסטרירט מיט דער פּאָליצײ, נישט דערלויבט צו פֿאָרן פֿון אײן שטאָט אין דער צווייטער אָן אַ „ספראַווקע‟ אַ דערלויבעניש פֿון אַ קאָמיסאַריאַט, אַ דאָקטערס צעטעלע וואָס הייסט גיין אויף קוראַציע אָדער איבערציִען זיך אין אַן אַנדער שטאָט.
דאָס אַלץ האָבן מיר געמוזט איבערקומען בעת מײַנע עלטערן האָבן פּלאַנירט דעם ויבֿרח.
דאָס איז פּוטינס „מאַטיושקאַ ראָסיאַ‟, וואָס ער האָט צו פֿאַרקויפֿן די אַמעריקאַנער, ער לאַסטשעט זיך אויף אונדזער פֿרײַהײט פֿון וואָרט, אונדזער פֿרײַהײט פֿון דער פּרעסע, דעמאָקראַטיע, אָבער וואָס וועט ער טאָן דערמיט? אַז מ׳מוז האַלטן ס׳מויל; אַנישט קריגט מען אַ בעלקע איבערן קאָפּ.
דאָ בײַ אונדז קאָכט זיך ווי אין אַ קעסל, אָנגעגריפֿן פֿון פּוטינס ווירוס, וואַרפֿט מען זיך ווי אין קדחת בשעת מע זוכט אַן אַנטיביאָטיק פֿאַר די אָנגעגריפֿענע אין אונדזער נײַער ממשלה. דערווײַל וואַקלט זיך אויף די פֿיס דער נײַער קאַבינעט וואָס לײַדט פֿון קדחת אָנגעשטעקט פֿון פּוטיזם, בעת די לאַבאָראַטאָריעס אַרבעטן איבערשעהען.
לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז אַמעריקע איז אונדזער פֿאַרמעג, גאָט באַהיט מיר זאָלן עס נישט אָנווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.