אין 1941, באַלד נאָך דײַטשלאַנדס אינװאַזיע פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט סטאַלין דערלױבט צו פֿאָרמירן אַ פּױלישע אַרמײ פֿון פּױלישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, װאָס זײַנען געזעסן אין סאָװעטישע תּפֿיסות און לאַגערן.
װען דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און הילטערס דײַטשלאַנד האָבן צעטײלט פּױלן אין 1939, האָבן די סאָװעטן אַרעסטירט הונדערטער טױזנטער פּױלישע בירגער. העכער װי צװאַנציק טױזנט אָפֿיצירן זײַנען דערשאָסן געװאָרן דורך דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ אין קאַטין און אַנדערע ערטער, און די פֿאַרבליבענע זײַנען געװאָרן צעזײט און צעשפּרײט איבער תּפֿיסה־לאַגערן איבער די רחבֿות פֿון דער ריזיקער סאָװעטישער אימפּעריע. איצט זײַנען זײ פּלוצעם באַרפֿרײַט געװאָרן און האָבן באַקומען אַ דערלױבעניש צו פֿאַרלאָזן די סאָװעטישע טעריטאָריע דורך איראַן, װוּ זײַערע חיילות זײַנען געװאָרן אַ טײל פֿון דער בריטישער אַרמײ.
דורך איראַן, איראַק און סיריע איז די פּױלישע אַרמײ מיט גענעראַל װלאַדיסלאַװ אַנדערס בראָש דערגאַנגען קײן פּאַלעסטינע, װוּ מען האָט זי אָרגאַניזירט און אױסגעשולט. אײניקע אָפּטײלן פֿון דער דאָזיקער אַרמײ האָבן זיך באַטײליקט אין די מיליטערישע אָפּעראַציעס אין צפֿון־אַפֿריקע און איטאַליע, אָבער אַ געװיסע צאָל אָפֿיצירן זײַנען פֿאַרבליבן אין ארץ־ישׂראל ביזן סוף פֿון דער מלחמה.
צװישן זײ זײַנען געװען באַקאַנטע פּױלישע ליטעראַטן װי דער דיכטער װלאַדיסלאַװ בראָנעװסקי און דער זשורנאַליסט יוזעף טשאַפּסקי. צװישן 1943 און 1945 איז ארץ־ישׂראל געװאָרן אַ װיכיקטער צענטער פֿון דער פּױלישער קולטור, מיט אײגענער פּרעסע און פֿאַרלאַגן. סך־הכּל זײַנען דאָ אַרױס העכער װי אײן הונדערט פּובליקאַציעס אױף פּױליש.
די װײניק־באַקאַנטע געשיכטע פֿונעם פּױלישן שעפֿערישן אױפֿבלי אין ארץ־ישׂראל װערט באַהאַנדלט אינעם בוך, װאָס איז אַרױס אױף רוסיש אינעם מאָסקװער־ירושלימער פֿאַרלאַג „גשרים‟: „פּױלישע מוזעס אינעם הײליקן לאַנד. די אַרמײ פֿון גענעראַל אַנדערס: אָרט, צײַט, קולטור (1942–1945)”. די מחברין פֿונעם בוך, ד״ר װאַלענטינאַ בריאָ, האָט געלערנט אינעם װילנער אוניװערסיטעט, און זינט 1990 לעבט זי אין ירושלים. עס איז אַ בולטער סימן פֿון דער אינטעלעקטועלער גלאָבאַליזאַציע, אַז אַ פֿאָרשונג װעגן פּױלישער קולטור איז אָנגעשריבן געװאָרן אױף רוסיש אין ישׂראל און אָפּגעדרוקט אין רוסלאַנד!
דאָס בוך באַשטײט פֿון צװײ טײלן, אַ היסטאָרישן איבערזיכט און אַן אַנטאָלאָגיע פֿון זכרונות, בריװ און אַרטיקלען פֿון יענער תּקופֿה. בשעת פּױלן האָט געליטן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, און אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז די פּױלישע קולטור געװען שטרענג קאָנטראָלירט דורך דער קאָמוניסטישער מאַכט, איז דװקא ארץ־ישׂראל געװען אַ פֿרײַער אָאַזיס. פּױלישע ליטעראַטן, װאָס זײַנען געקומען אַהער מיט אַנדערסעס אַרמײ, האָבן דאָ געפֿונען אַ ייִדישן עולם, װאָס האָט געקענט און געשעצט זײערע װערק.
בריאָ באַשרײַבט אַ טשיקאַװן עפּיזאָד: װען בראָנעװסקי האָט פֿאָרגעלײענט זײַנע לידער אין אַ קיבוץ, איז פּלוצעם קאַליע געװאָרן דער עלעקטרישער גענעראַטאָר. בראָנעװסקי האָט געזאָגט, אַז ער געדענקט ניט זײַנע לידער אױף אױסװײניק און קאָן װײַטער ניט רעציטירן. דעמאָלט האָט אַ מײדל פֿונעם עולם אױסגערופֿן: „חבֿר בראָנעװסקי, נעמט זיך ניט איבער. איך קאָן ממשיך זײַן אײַער ליד פֿונעם אָרט, װוּ איר האָט זיך אָפּגעשטעלט!” בראָנעװסקי האָט זיך שפּעטער דערמאָנט: „װוּ נאָך װאָלט זיך אַזאַ זאַך געקאָנט טרעפֿן? און מיט װעמען?‟ מען דערמאָנט זיך, אַז בראָנעװסקי האָט אױך געקאָנט רעציטירן זײַנע לידער אױף ייִדיש.
פֿאַר דער מלחמה האָט בראָנעװסקי זיך קונה־שם געװען װי אַ „פּױלישער מאַיאַקאָװסקי‟, אַ סימפּאַטיקער פֿון קאָמוניזם. אָבער דאָס האָט אים ניט געהאָלפֿן װען ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די סאָװעטישע הענט. מען האָט אים אַרעסטירט און באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש, אָבער שפּעטער איז ער באַפֿרײַט געװאָרן און האָט פֿאַרלאָזט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד מיט דער פּױלישער אַרמײ. אין ירושלים האָט בראָנעװסקי געדינט אין דער רעדאַקציע פֿון דער פּױלישער צײַטונג „װוּ דראָדזע‟ (איּן װעג), װוּ ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער.
װי עס דערװײַזט בריאָ, האָבן די פּױלישע דיכטער געשעפּט זײערע מעטאַפֿאָרן, אימאַזשן און סימבאָלן פֿון דער לאַנדשאַפֿט און דעם לעבן־שטײגער פֿון ארץ־ישׂראל. די פּױלישע ליטעראַטור האָט אַ טראַדיציע פֿון באַזינגען און באַװײנען דעם גלות פֿון פּױלן. די דאָזיקע טראַדיציע שטאַמט פֿונעם אַכצנטן יאָרהונדערט, װען פּױלן האָט פֿאַרלױרן זײַן אומאָפּהענגיקײט און אַ סך פּאָליאַקן זײַנען אַװעק קײן מערבֿ־אײראָפּע. אַזױ אַרום איז ארץ־ישׂראל געװאָרן אַ נײַע סטאַנציע אױפֿן לאַנגן װעג פֿונעם פּױלישן גלות. אַזאַ מין אױסטײַטשונג האָט במילא געטראָגן ייִדישע אײבערטענער. בעת ייִדן האָבן לאַנגע יאָרן געפּראַװעט גלות אין פּױלן, האָבן איצט פּאָליאַקן געדאַרפֿט אָפּקומען זײער גלות אינעם ייִדישן לאַנד.
אין 1943 האָט בראָנעװסקי פֿאַרעפֿטנלעכט זײַן פּאָעטישן צילק „ירושלימער לידער‟, װוּ עס זײַנען געװען אַזעלכע שורות: „איך בין געקומען אַהער צו װײנען, ייִדן, / צום כּותל־המערבֿי‟. אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן די העברעיִשע ליטעראַטן אָרגאַניזירט אַ פּאָעטישן אָװנט לכּבֿוד זײערע פּױלישע קאָלעגעס, װוּ שאול טשערניכאָװסיקע האָט געהאַלטן אַ רעדע און מען האָט רעציטירט פּױלישע לידער אין העברעיִשע איבערזעצונגען. די פּאָליאַקן האָבן דאָס אױפֿגענומען װי אַן „אױסדרוק פֿון דער הײסער אונטערשטיצונג פֿון פּױלן מצד דער ייִדישער אינטעליגענץ‟.
בריאָס בוך פֿאַרמאָגט זײער אַ רײַכן ליטעראַרישן מאַטעריאַל, אָבער פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט װאָלט די מחברין אפֿשר געקאָנט זײַן מער קריטיש, בפֿרט װען עס גײט װעגן די באַציִונגען צװישן פּאָליאַקן און ייִדן אין אַנדערסעס אַרמײ. עס איז גוט באַקאַנט, אַז מען האָט אין דער דאָזיקער אַרמײ ניט געװאָלט אַרײַננעמען קיין ייִדן. ייִדן האָבן דאָס צוגעשריבן דעם פּױלישן אַנטיסעמיטיזם, הגם אַנדערס אַלײן האָט שפּעטער געטענהט, אַז דאָס איז געװען אַ באַפֿעל פֿון די סאָװעטן, װאָס האָבן בדעה געהאַט צו מאָביליזירן ייִדן אין אַן אַנדערן פּױלישן חײל אונטער דער סאָװעטישער השגחה.
הערט אַ ליד פֿונעם פּוילישן פּאָעט וולאַדיסלאַוו בראָניעווסקי, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, מיט אַן אַרײַנפֿיר, דורך מאָטל [מאַרק] מורשטיין:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.