יענע צײַטן ווען איך פֿלעג זיך אָפּשערן אין גאַנצן...

That Time I Shaved My Head

Yehuda Blum

פֿון שירה שמעטערלינג

Published March 29, 2017, issue of March 29, 2017.

מע דערציילט אַ װיץ אַז אַ ייִנגל באַקומט אַ סידור לכּבֿוד זײַן אָפּשערן — און אַ מײדל אױכעט. דאָס הײסט אַ ייִנגל באַקומט אים צו דרײַ יאָר װען מ׳שערט אים אָפּ צום ערשטן מאָל, און אַ מײדל באַקומט אַ סידור פֿון איר חתן װען זי האָט חתונה — און שערט זיך אויך אָפּ.*

אײנע פֿון די ערשטע שאלות װאָס איך האָב געפֿרעגט בײַ אַ רבֿ װען איך האָב דורכגעקלערט חתונה האָבן מיט אַ חסידישן מאַן איז געװען אױב איך דאַרף זיך אָפּשערן. דער רבֿ האָט געפּסקנט אַז נײן. דאָס לײגט זיך אױפֿן שׂכל װײַל זיך אָפּשערן איז דאָך אַ מינהג, נישט קײן הלכה, און מײַן מאַמע דעקט אַפֿילו נישט צו די האָר. אָבער ס׳איז אָנגענומען אַז אַלע חסידישע פֿרױען זיך שערן אָפּ נאָך דער חתונה. איך האָב געקענט דרײַ אַנדערע חסידישע בעלי־תּשובֿה און אַלע האָבן זיך אָפּגעשױרן. (אײנער פֿון זײ זיצט איצט אין תּפֿיסה װײַל זי האָט פּראָבירט צו הרגענען איר ליובאָװניקס װײַב, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן). 

איך בין געװען צופֿרידן מיט מײַן היתּר און װען מענטשן האָבן מיך געפֿרעגט װעגן מײַנע פּלענער װעגן זיך אָפּשערן האָב איך געענטפֿערט אַז װאָס אונטערן שײטל איז מײַן אײגענער עסק.

כ׳האָב אָבער נישט פֿאַרשטאַנען װי שטאַרק איך װעל נאָך דער חתונה זיך שעמען מיט מײַנע נישט־אָפּגעשױרענע האָר. אין דער אמתן װאָלט קײנער בכלל נישט געװוּסט װײַל די האָר פֿון אַ חתונה־געהאַטער פֿרױ זענען סײַ װי אַלע מאָל צוגעדעקט. אָבער די אײגענע האָר האָבן בײַ מיר תּמיד געמאַכט אַ קלײן הױקערל אונטערן שײטל און טיכל. איך בין אָפֿט מאָל געגאַנגען אין אַ טיכל, און מיט אַ טיכל קען מען אַ ביסל זען די האָרליניע. איך האָב זיך אַזױ געשעמט אַז איך האָב דאָס גאַנצע ערשטע יאָר נאָך דער חתונה צוגעשױרן די האָר אַרום די אױערן (די „סײַדבורנס‟) און די האָר לעבן דעם נאַקן, עס זאָל אױסזען אַזױ װי איך שער זיך אָפּ אין גאַנצן.  

כאָטש איך האָב געהאַט אַ היתּר, איז דער מאַן מײַנער געװען אומצופֿרידן אַז זײַן װײַב שערט זיך נישט אָפּ. ער פֿלעג מאַכן נעגאַטיווע באַמערקונגען וועגן דעם אָדער סתּם זאָגן: „אױ, װען גײסטו זיך אָפּשערן, מאַמי?“ 

מיט יאָרן צוריק אין קאָלעדש האָב איך געהאַט אַזאַ מאַנטראַ: „איך װעל אַלצדינג פּראָבירן כאָטש אײן מאָל“; האָב איך געטראַכט אפֿשר זאָל איך אױספּראָבירן זיך אָפּצושערן. כ׳האָב געבעטן דעם מאַן ער זאָל מיך אָפּשערן און ער האָט עס גערן געטאָן.

ס׳איז מיר נישט געפֿעלן געוואָרן.

יעדעס מאָל װאָס איך האָב אַרײַנגעקוקט אין שפּיגל האָט זיך מיר געדאַכט אַז איך זע אױס אָדער װי אַ קאַצעטניק אָדער װי אַ בוטש לעזביאַנקע (כאָטש ווען איך װאָלט טאַקע געװען אַ לעזביאַנקע װאָלט איך זיכער געװען אַ „פֿעם‟). איך האָב נישט געקענט אױפֿהערן קוקן אין שפּיגל אַפֿילו אויב דאָס פּנים װאָס האָט צוריקגעקוקט איז מיר געװען אַזױ פֿרעמד און עקלדיק. כ׳האָב זיך פּשוט נישט געקענט אַוועקרײַסן — אַזױ װי בײַם קוקן אַ שרעקפֿילם. װען איך האָב געשמועסט מיט אַ חסידישער חבֿרטע דערװעגן האָט זי מיר געזאָגט אַז זי קוקט קײן מאָל נישט אין שפּיגל. עס גײט איר נישט אָן װי אַזױ זי זעט אױס אָן אַ טיכל אָדער אַ שײטל װײַל קײנער זעט זי נישט אַזױ.

מילא. װי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך עס נישט געקענט אױסהאַלטן, און איך האָב זיך עטלעכע יאָר לאַנג מער נישט אָפּגעשױרן — ביז מײַן שטיפֿזון האָט אָנגעהויבן גיין אין שידוכים. מײַן שטיפֿזון איז געווען זײער אַ „גוטער בחור.“ דאָס הײסט, ער איז געװען אױפֿן װעג צו װערן אַ תּלמיד־חכם, געהאַט גוטע מידות און געװען זײער חסידיש. מיר זײַנען געװען טיף אין מיטן אַ שידוך מיט אַ מײדל װאָס איז געװען פּונקט צוגעפּאַסט צו אונדזער זון, נאָר די מאַמע גײט אױפֿגעדעקט. דאָס הײסט, זי טראָגט נאָר אַ שײטל, נישט קײן הוט אָדער טיכל איבערן שײטל. כאָטש אַלע אַנערקענען אַז דאָס גײן צוגעדעקט מײנט נישט אַז אַ פֿרױ איז דװקא פֿרימער, האַלט מען געװײנטלעך אַז זי איז אױף אַ העכערער מדרגה פֿון צניעות און במילא מער „חסידיש“. 

די הײַנטיקע חסידישע בחורים זוכן אָפֿט מאָל חתונה צו האָבן מיט אַ מײדל װאָס איז גרײט צוצודעקן איר שײטל. מײַן מאַן האָט געװאָלט פֿאָדערן אַז די פּראָספּעקטיװע כּלה זאָל צודעקן איר שײטל אפֿילו אױב איר מאַמע טוט עס נישט (געװײנטלעך טוט מען לױט דער מאַמען, כאָטש הײַנט פֿאָדערט מען אָפֿטער מע זאָל צודעקן דעם שײטל אַפֿילו אױב די מאַמע גײט אױפֿגעדעקט). דער מאַן האָט מיר אָבער געזאָגט אַז ער פֿילט זיך אומבאַקװעם צו פֿאָדערן אַז דאָס מײדל זאָל גײן צוגעדעקט, װען זײַן אײגענע װײַב שערט זיך נישט אָפּ. כ׳האָב אים געענטפֿערט אַז איך בין גרײט עס צו טאָן.

דאָס צװײטע מאָל בין איך שױן טאַקע גרײט געװען. מער אָדער װײניקער. דורך די יאָרן האָב איך זיך צוגעװױנט צום געדאַנק. איך האָב געטראַכט אַז איך װאָלט נישט געװען דער בעסטער משל פֿון אַ חסידישער מאַמע פֿאַר מײַנע קינדער מיט די אײגענע האָר. און אױך האָב איך װײַטער זיך געשעמט אַז פֿון דרויסן זע איך אױס אַזױ חסידיש און דאָך שער איך זיך נישט אָפּ.

דאָס צװײטע מאָל איז מיר טאַקע געװען גרינגער. איך בין נישט געװען אַזױ דערשראָקן פֿון מײַן אָפּשפּיגלונג. (עס קען זײַן אַז מיט דרײַ קינדער האָב איך װײניקער צײַט געהאַט צו קוקן אין שפּיגל).

עס זענען אױך פֿאַראַן אַ פּאָר מעלות פֿון נישט האָבן קײן האָר:

  1. מ׳קען אַ סך שנעלער מאַכן אַ שפּריץ.

  2. ס׳איז כּמעט אוממעגלעך אַז מע זאָל כאַפּן לײַז.

  3. אַלע טיכלעך און שײטלען קלעפּן זיך גלײַך צום קאָפּ און מ׳דאַרף קײן מאָל נישט זאָרגן אַז עס גײט זיך אַראָפּגליטשן.

  4. קײן „מיקװה ליידי‟ [טוקערין] גײט דיר נישט מאָדנע אָנקוקן.

  5. ס׳איז אַ גרעסערע מעגלעכקייט, אַז אױב משיח װעט קומען װעט דײַן זון װערן כּהן־גדול (זע: יומא מז).

נו, דאָס זענען די מעלות װאָס איך קען איצט אױסרעכענען. האָב איך זיך אָבער געפֿילט הײליקער? אױף אַ העכערער מדרגה? נישט עכט, אָבער איך האָב זיך יאָ געפֿילט עכט חסידיש, װאָס איז מיר אַ מאָל געװען זייער חשובֿ. עס קען זײַן אַז ס׳איז פּסיכאָלאָגיש, אָבער ווען איך האָב זיך אָפּגעשוירן האָב איך געפֿילט מער אָנגענומען ווי אַ גלײַכע צװישן אַנדערע חסידישע פֿרױען. איך האָב תּמיד געוואָלט זיך פֿילן װי אַן אמתער מיטגליד פֿון אַ קהילה — אַ מצבֿ װאָס פֿעלט בײַ רובֿ אַמעריקאַנער — און מיטן אָפּשערן זיך האָב איך עס סוף־כּל־סוף דערגרײכט. גראַדע, איז געװען גאַנץ אײַנגענעם. איך האָב נאָך די האָר נישט געבענקט און זיך געגרײט פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אָן האָר.

ס׳קען זײַן, אַז ווען ס׳וואָלט בײַ מיר געווען אַ בעסערער שלום־בית, װאָלט איך אפֿשר אַ גאַנץ לעבן געבליבן אַן אָפּגעשױרענע. איך האָב זיך אָבער צעשײט פֿונעם מאַן, לאָז איך איצט די האָר צוריקװאַקסן. כ׳האָב שוין טאַקע געהאַט פֿאַרגעסן װי גוט עס איז צו האָבן האָר: איך זע אױס נאָרמאַל אין שפּיגל! אױב דער ווינט בלאָזט אַראָפּ מײַן טיכל אָדער שײטל, וועט מען נישט זען אַז איך בין אַ פּליכעװאַטע! איך קען קעמען און גלעטן די האָר (אַ מחיה…) איך גלײב נישט אַז איך וועל נאָך אַ מאָל זיך אַזוי אָפּשערן.

קוקנדיק אױף צוריק איז דאָס אָפּשערן זיך — בפֿרט דאָס צװײטע מאָל ווען איך האָב עס געטאָן פֿרײַװיליק — אָבער געװען דווקא אַ פּאָזיטיװע איבערלעבונג. בשעת מײַנע יאָרן װױנען צװישן חסידים האָב איך אָפֿט מאָל געפֿילט װי אַ שטיקל אַנטראָפּלאָג אַפֿילו אויב איך האָב גלײַכצײַטיק געװאָלט זײַן אַ טייל פֿון זיי. מע קען נישט פֿאַרגעסן װאָס מ׳איז און פֿון װאַנען מ׳איז געקומען. דורכן אָפּשערן זיך האָב איך אָבער ענדליך אַראָפּגעװאָרפֿן אַלע מחיצות, און איך בין אַרײַן גוף און נשמה אין חסידות. כאָטש איך װיל נישט צוריקגײן צו מײַן תּקופֿה פֿון אָפּשערן זיך, װעל איך זי קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן. 


  • אין חסידיש־ייִדיש מיינט „אָפּשערן זיך די האָר‟ — זיך אָפּגאָלן דעם קאָפּ