ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 28, 2017, issue of March 29, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מוראדיקער פֿלי פֿאַר חסידישע פּאַסאַזשירן אויפֿן וועג צו ר׳ אלימלך פֿון לעזשענסק

ממעמקים קראתיך ה’ — דער טײַטש דערפֿון איז „פֿון די טיפֿענישן רוף איך איך דיך, גאָט‟. צענדליקער חסידים האָבן אָבער גערופֿן גאָט „העכער העכער איבער דעכער‟. ומעשה שהיָה כך היָה. אַ גרופּע חסידים האבן זיך מישבֿ געווען, הלמאַי דאַרפֿן זיי צאָלן הונדערטער דאָלאַרן פֿאַר אַ נסיעה דירעקט קיין פּוילן? ס’איז דאָ אַ בעסערע לייזונג. פֿון ניו־יאָרק קיין לאָנדאָן קען מען פֿליִען פֿאַר אַ שיבוש. פֿון לאָנדאָן קיין פּוילן קען מען פֿליִען מיט די אַזוי גערופֿענע „לאָ־קאָסט” ליניעס בחצי־חינם ממש. פֿאר פֿופֿציק דאָלאַר קענט איר פֿליִען פֿון לאָנדאָן קיין פּוילן און צוריק, און סע וועט אײַך נאָך בלײַבן אָ פּאָר מעות פֿאַר אַ שנעפּסל.

דער ציל פֿון אונדזערע חסידים איז געווען דאָס פֿליפֿעלד אין רײַשע אין דרום פּוילן. דער ענדציל פֿון דער נסיעה איז געווען לעזשענסק. די חסידים זענען עולה־רגל געווען צום קבֿר פֿון ר’ אלימלך פון לעזשענסק וועמענס יאָרצײַט מיר מערקן אָפּ כ״א באָדר.

דער 767 „באָיִנג‟־עראָפּלאַן איז געוואָרן אַן אמתע ייִדישע ענקלאַווע וווּ קיין שום אַנדערע שפּראַך חוץ ייִדיש האָט מען נישט געהערט חוץ, פֿאַרשטייט זיך, בײַ דעם קאַפּיטאַן און זײַן מאַנשאַפֿט.

אָבער לאָמיר זיך צוריקקערן צו אונדזערע חסידים. אין מיטן פֿליִען איז עפּעס קאַליע געוואָרן מיטן לופֿטדרוק אינעם עראָפּלאַן. די זויערשטאָף־מאַסקעס זענען אויטאָמאַטיש אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם סופֿיט און אַלע חסידים (קיין אַנדערע פּאַסאַזשירן זענען דאָרטן נישט געווען) האָבן געמוזט זיי אָנטאָן אויפֿן פּנים. די מאַסקעס זענען אראָפּגעפֿאַלן אָבער נישט דער בטחון בײַ די חסידים. זיי האָבן גענומען זינגען ניגונים און טאַקע מיט כּוונה. די מאַסקעס, הייסט עס, האָבן נישט געמינערט דעם חסידישן ברען. דער פּאָפּולערסטער ניגון איז געווען „אַני מאמין‟. דער טײַטש דערפֿון איז אין דעם פֿאַל צווייטײַטשיק. איך גלייב באמונה שלימה אז משיח וועט קומען און איך גלייב באמונה שלימה אַז איך וועל אַרויסקומען בשלום פֿון דער נסיעה. וכך היָה. אַלע חסידים, גאָט צו דאַנקען, זענען טאַקע אַרויס בשלום פֿון דער נסיעה. דער פֿליגער — „עראָפּלאַן‟ אין חסידיש לשון — האָט געמוזט לאַנדן אין אַמסטערדאַם. אַ טייל חסידים זענען צוריקגעפֿלויגן קיין ענגלאַנד און אַ טייל האָבן זיך נישט מיאש געווען און ממשיך געווען די נסיעה קיין פּוילן. ווי רבי אליעזר האָט געזאָגט: שלוחי מצוה אינן ניזוקין, אויף דײַן וועג מקיים זײַן אַ מיצוה וועט דיר קיין שום שלעכטס נישט פּאַסירן. אָמן.


פּוילן מערקט אָפּ 100סטן געבוירן־טאָג פֿון פּאָעטעסע זוזאַנאַ גינטשאַנקאַ (פּאָלין גינזבורג)

זוזאַנאַ גינטשאַנקאַ (פּאָלין גינזבורג)
זוזאַנאַ גינטשאַנקאַ (פּאָלין גינזבורג)

יוליאַן טובֿים איז אָן קיין שום ספֿק, דער גרעסטער פּאָעט פון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור. דאָס וועט קיינער אין פּוילן נישט לייקענען. אין פּוילן וואַקסט אָבער כּסדר די דערקענונג פון טובֿימס אַ מיטצײַטלערין, די ייִדישע פּוילישע פּאָעטעסע, זוזאַנאַ גינטשאַנסקאַ.

אַגבֿ, אין די לינקע ייִדישע קרײַזן שרײַבט מען דעם נאָמען טובֿים לויטן סאָוועטישן נוסח מיט דרײַ וואָוון (טוּווים), אויסמעקנדיק דעם העברעיִשן מהות פֿון זײַן נאָמען.

פּוילן מערקט די טעג אָפּ דעם הונדערטסטן געבוירן טאָג פֿון זוזאַנאַ גינטשאַנקאַ. מיר האָבן דערמאָנט טובֿימען אויך צוליב דעם וואָס ביידע זענען געווען אין אַן ענגן קינסטלערישן קאָנטאַקט און דער גרויסער טובֿים איז געווען אין אַ געוויסער מאָס גינטשאַנסקאַס פּאָעטישער מענטאָר.

פּאָלין גינזבורג (איר אמתער נאָמען) איז געבוירן געוואָרן אין 1917. די דײַטשן האָבן זי דערשאָסן אין קראָקע, אין יאָר 1944, אַ חודש פֿאַר דער באַפֿרײַוּנג. זי איז דעמאָלט געווען בלויז 27 יאָר אַלט. גינטשאַנסקאַ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט נאָר איין בוך פּאָעזיע במשך פון איר קורצן לעבן:

O CENTAURACH — דהיינו וועגן די צענטאָרן, אָבער אירע פּאָעטן־חבֿרים האָבן געשעצט און אָנערקענט איר זעלטענעם טאַלאַנט. זי איז געווען די איינציקע פֿרוי אין דער רעדאַקציע פון דער אָנגעזעענער ליטעראַרישער צײַטשריפֿט SZPILKI — דהיינו, שפּילקעס. זי איז אויך געווען א מיטאַרבעטערין פֿון דער פּוילישער ראַדיאָ. דאָס איינציקע ליד אירס וואָס מיר האָבן אין דער ענגלישער איבערזעצונג איז NON OMNIS MORIAR — אַ ציטאַט פון האָראַציוס, וואָס מיינט, אויב איך האָב נישט קיין טעות: איך וועל קיין מאָל נישט זײַן אין גאַנצן טויט. געשריבן האָט זי דאָס ליד נאָך דעם וואָס מען האָט זי געמסרט צו דער געסטאַפּאָ. זי האָט דעמאָלט געוווּסט אַז זי וועט נישט אַרויס אַ לעבעדיקע פֿון זייערע הענט. אינעם טעקסט רעדט זי מיט בלוטיקער איראָניע צו דער פּוילישער פֿרוי (פֿון דײַטשישן אָפּשטאַם) וואָס האָט זי געמסרט. די פֿרוי האָט מען נאָך דער מלחמה פֿאַרמישפּט. היסטאָריקערס זאָגן אַז דאָס איז דער איינציקער פּאָעטישער טעקסט אין דער געשיכטע וואָס האָט געדינט ווי אַן עדות אין אַ פּראָצעס.