אין מאַרץ האָבן די אָנהענגער פֿון אָפּערע אין האַוואַנע גענאָסן פֿון אַן אוניקאַלער פֿאָרשטעלונג: אינעם „טעאַטער־אַרענאַל” איז מען אויפֿגעטראָטן מיט אַ שפּאָגל־נײַער אָפּערע אויף שפּאַניש און ייִדיש — „האַטואיי: זכּרון פֿון פֿײַער.” די פּראָדוקציע, אַ צוזאַמענאַרבעט צווישן דער אַמעריקאַנער „מוזיק־טעאַטער גרופּע” און דעם „סאָנדענס טעאַטער־פּראָגראַם” בשותּפֿות מיט דער אָנפֿירנדיקער קובאַנער אָפּערע־טרופּע Opera de La Calle (די גאַסן־אָפּערע), האָט צוגעצויגן אויף איר פּרעמיערע די פּני פֿון דער קובאַנער קונסטוועלט, ווי אויך אַ ריי פּאָליטיקער, אַרײַנגערעכנט דעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר.
ווי אַזוי קומט עס אַז אַ גרופּע אַמעריקאַנער קינסטלער זאָלן הײַנט שאַפֿן אַ ייִדיש־שפּראַכיקע אָפּערע און אַז זי זאָל פֿאָרגעשטעלט ווערן דווקא אין קובע, אַ לאַנד מיט אַ קליינטשיקער ייִדישער קהילה און זייער שוואַכע דיפּלאָמאַטישע און געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען מיט אַמעריקע? די געשיכטע הייבט זיך אָן מיט פֿרענק לאָנדאָן, דער וועלט־באַרימטער טרומייט־שפּילער, וואָס אַחוץ זײַן שפּילן מיט די „קלעזמאַטיקס” און אַ ריי אַנדערע קאַפּעליעס, האָט יאָרן לאַנג געוואָלט אַרבעטן אויף נאָך אַ פּראָיעקט: דאָס קאָמפּאָנירן אַ ייִדיש־שפּראַכיקע אָפּערע. ס׳איז אָבער געווען אַ פּראָבלעם: ער האָט ניט געקענט געפֿינען קיין פּאַסיק ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אויף וועלכער איר צו באַזירן.
„איך האָב ניט געוואָלט, אַז עס זאָל זײַן אַ מין שטעטל־אָפּערע נוסח שלום־עליכם מיט קלעזמער־מוזיק,‟ האָט לאָנדאָן דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „איך האָב דווקא געוואָלט שאַפֿן עפּעס אויפֿן סמך פֿון אַן אומדערוואַרטן ייִדישן טעקסט.‟
מיט זיבן יאָר צוריק איז לאָנדאָן געווען אויף דער הזכּרה פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם קאָלעגע, ווען ער האָט געכאַפּט אַ שמועס מיטן טעאַטער־רעזשיסאָר מײַקל פּאַזניק, מיט וועמען ער האָט געאַרבעט במשך פֿון לאַנגע יאָרן אויף אַ ריי פּראָיעקטן. לאָנדאָן האָט צופֿעליק דערמאָנט, אַז ער זוכט אַן אומגעוויינטלעכן ייִדישן טעקסט וואָס מע קען פֿאַרוואַנדלען אין אַן אָפּערע און פּאַזניק האָט אים דערציילט, אַז זײַן שווער, דער ייִדישער זשורנאַליסט און פּאָעט אָשר פּען, האָט ווי אַ יונגערמאַן אין קובע אָנגעשריבן אַן עפּישע פּאָעמע וועגן דעם אינדיאַנער פֿירער האַטואיי.
כאָטש דער נאָמען האַטואיי איז כּמעט אומבאַקאַנט אין אַמעריקע, ווערט ער אין קובע פֿאַררעכנט פֿאַר אַ נאַציאָנאַלן העלד. אַ פֿירער פֿונעם טײַאיינאָ־פֿאָלק, וואָס האָט הונדערטער יאָרן לאַנג געוווינט אויפֿן אינדזל איידער עס זענען אָנגעקומען די אייראָפּעער, האָבן די „קאָנקיסטאַדאָרעס‟ אים אומגעבראַכט אין 1512 נאָך דעם וואָס ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ דורכגעפֿאַלענעם אויפֿשטאַנד קעגן די שפּאַנישע אַרײַנדרינגער.
„אין קובע ווייסט יעדער איינער די געשיכטע ווי אַזוי מע האָט אומגעבראַכט האַטואיי,‟ האָט לאָנדאָן געזאָגט. „פֿאַר זײַן עקזעקוציע האָבן די שפּאַניער אים דערקלערט, אַז אויב ער נעמט אָן יעזוסן ווי זײַן גאָט וועט ער אַרײַן אין שמיים. האָט ער געפֿרעגט, צי עס גייען אויך אַרויף אין הימל די ווײַסע קריסטן. ווען זיי האָבן אים געזאָגט אַז יאָ, האָט ער דערקלערט, אַז ער וויל בעסער גיין צום אַנדערן אָרט. אין פּענס נוסח שטייט געשריבן, אַז ער ווערט פֿאַרברענט אויפֿן שײַטער וויסנדיק, אַז ער וועט ניט זײַן דער לעצטער צו שטאַרבן לטובֿת דער פֿרײַהײט. ס׳איז ממש פּערפֿעקט פֿאַר אַן אָפּערע!‟
ווי אַזוי קומט עס, אַז אַן עפּישע פּאָעמע וועגן אַן אינדיאַנער פֿירער, וואָס ווערט באַטראַכט אין קובע ווי אַ נאַציאָנאַלער העלד און פּראָטאָ־רעוואָלוציאָנער, איז אַמאָל בכלל אָנגעשריבן געוואָרן אויף ייִדיש? מײַקל פּאַזניק, דער איידעם פֿון אָשר פּען, האָט דערקלערט אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז פּענס טראַגישע קינדהייט אין אוקראַיִנע, ווי אויך דער שווערער פּאָליטישער מצבֿ אין קובע אין די 1930ער יאָרן, האָבן אים אינספּירירט אָנצושרײַבן „האַטואיי‟.
אַ געבוירענער אינעם אוקראַיִנישן שטעטל גײַסין אין 1912, איז דער יונגער אָסקאַר פּיניס (זײַן נאָמען האָט ער געביטן אויף אָשר פּען ערשט נאָכן באַזעצן זיך אין אַמעריקע) אויפֿגעוואַקסן אין דער ביטערער עפּאָכע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה.
„די קאָזאַקן פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנקומען אין זײַן שטעטל און פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען און באַרויבן די ייִדן,‟ האָט איבערגעגעבן מײַקל פּאַזניק. „ער האָט איינמאָל געזען ווי מע האָט פֿאַרגוואַלדיקט און דערמאָרדעט אַ מיידל, וואָס איז געווען איינע פֿון זײַנע נאָענסטע פֿרײַנד‟. די קאָזאַקן האָבן בײַ איר אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ און אים געטראָגן איבער די גאַסן אויף אַ שפּיז.
נאָך דער טראַגעדיע האָבן אָסקאַרס עלטערן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן אוקראַיִנע. די משפּחה איז געפֿאָרן מיט אַ פֿערד און וואָגן אַזש קיין ראָטערדאַם, פֿון וואַנען זיי האָבן געהאָפֿט צו פֿאָרן קיין אַמעריקע. די רײַזע האָט געדויערט דרײַ יאָר און ביז וואַנען זיי זענען אָנגעקומען אין ראָטערדאַם האָט מען שוין געהאַט פֿאַרשפּאַרט די טויערן צו דער גאָלדענער מדינה. האָט די משפּחה באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין קובע, וווּ זיי האָבן געלאַנדעט אין 1924, ווען אָסקאַר איז געווען 12 יאָר אַלט.
„אין קובע האָט ער זיך פֿאַרליבט סײַ אינעם ייִדישן טעאַטער, סײַ אין דער געשיכטע פֿון האַטואיי,‟ האָט פּאַזניק געזאָגט. „צו 24 יאָר האָט ער אָנגעשריבן זײַן פּאָעמע ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד זײַן נײַעם היימלאַנד, וואָס איז בײַ אים געווען אַ מקום־מיקלט. צו דער זעלביקער צײַט, אָבער, האָט דער רעזשים פֿונעם דיקטאַטאָר כעראַדאָ מוטשאַדאָ געשאָכטן מענטשן אין די גאַסן — סטודענטן, אַרבעטער, פּאָליטישע אַקטיוויסטן — און ס׳האָט זיך צונויפֿגעוועבט אין זײַן מוח מיט דער געשיכטע פֿון האַטואיי. ס׳איז דאָ אינעם ווערק אַ פֿאָדעם צווישן דעם קאַמף קעגן דער אונטערדריקונג און דעם בענקעניש נאָך פֿרײַהייט.‟
פּענס טראַוומאַטישע איבערלעבונגען ווי אַ קינד, ווען ער איז געווען אַן עדות צום ברוטאַלן מאָרד איבער צענדליקער ייִדן אין זײַן היימשטעטל, ווערט אויך אָפּגעשפּיגלט אין דער פּאָעמע. אין איין סצענע, האַקן די קאָנקיסטאַדאָרן אָפּ דעם קאָפּ בײַ אַ יונג מיידל. לויט לאָנדאָן און פּאַזניק, האָט פּען אַריבערגעטראָגן די געפֿילן פֿון כּעס קעגן די קאָזאַקישע פּאָגראָמשטשיקעס און אים אויסגעדריקט דורך זײַן העלד, אַן אינדיאַנער פֿירער, וועמענס פֿאָלק ווערט פֿאַרפּײַניקט דורך די שפּאַנישע קאָנקיסטאַדאָרן.
„אין דער פּאָעמע לייענט מען פּענס ביטער־צאָרן קעגן די שפּאַנישע קריסטן, די קאָנקיסטאַדאָרן, וואָס שעכטן אויס די אינדיאַנער צוליב זייערע גלוסטענישן נאָך גאָלד,‟ האָט לאָנדאָן באַמערקט. „איך האַלט אַז די ווערטער קעגן זיי דריקן אויס זײַנע אייגענע געפֿילן וועגן די קאָזאַקן, וואָס האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אויפֿן זעלבן אַכזריותדיקן אופֿן אין דער ייִדישער וועלט.‟
וויסנדיק שוין וואָס פֿאַר אַ טעקסט ער וועט פֿאַרוואַנדלען אין זײַן אָפּערע, האָט לאָנדאָן געזוכט קינסטלער מיטצואַרבעטן מיט אים. קודם איז ער געגאַנגען צו עליז טאָראָן, אַ ליברעטיסטקע, מיט וועמען ער האָט שוין עטלעכע מאָל געהאַט מיטגעאַרבעט.
„עליז איז אַ מײַסטערין פֿון שאַפֿן פּראָיעקטן, וואָס בינדן צונויף פֿאַרשידענע שפּראַכן און קולטורן,‟ האָט פֿרענק געזאָגט. „זי אַדאַפּטירט אַ סך מינים ווערק פֿון איין זשאַנער צו אַ צווייטן — זי האָט געאַרבעט מיט יאַפּאַנישע פּאַפּירשניטן און היפּ־האָפּ־אָפּערעס. זי איז זייער פּאָעטיש. האָב איך גלײַך געטראַכט, אַז זי וואָלט געקענט צונויפֿשטעלן אַ ליברעטאָ, וואָס נעמט אַרײַן די ייִדישע, שפּאַנישע און טײַאיינאָ־קולטורן.‟
לויט לאָנדאָן, האָט טאָראָן באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז „אויב מע וועט אין דער אָפּערע ווײַזן ווי טײַאיינאָ־אינדיאַנער לויפֿן אַרום און זינגען אויף ייִדיש, וועט עס אויסזען ווי אַ סצענע אין אַ מעל ברוקס פֿילם.‟
דערפֿאַר האָט טאָראָן באַשלאָסן, אַז די אָפּערע זאָל פֿאָרקומען אין צוויי עפּאָכעס מיט אַ מאָל: סײַ די 1930ער יאָרן, סײַ די תּקופֿה פֿון דער שפּאַנישער אינוואַזיע אין 16טן יאָרהונדערט.
אין איין סצענע זעט מען ווי דער שרײַבער אָסקאַר פּיניס זיצט אינעם האַוואַנער נאַכטקלוב „על־דאָראַדאָ‟ אין 1931 און הערט זיך צו צו אַ ליד וועגן רעוואָלוציע. ער פֿאַרליבט זיך באַלד אין דער נאַכטקלוב־זינגערין טימינאַ, אַן אָפּשטאַמיקערין פֿון די טײַאיינאָס, און ווערט, ניט־וועלנדיק, אַרײַנגעצויגן אין אירע רעוואָלוציאָנערע טעטיקייטן קעגן דעם ברוטאַלן רעזשים פֿונעם קובאַנער דיקטאַטאָר כעראַדאָ מוטשאַדאָ (געהערשט 1925־1933).
די פּאָליטישע ווירקלעכקייטן אין קובע בכלל און זײַן חבֿרטע טימינאַ בפֿרט אינספּירירן דעם יונגן פּאָעט אָסקאַר אָנצושרײַבן אַן עפּישע פּאָעמע וועגן האַטואיי און זײַן אויפֿשטאַנד קעגן די שפּאַניער. במשך פֿון דער אָפּערע הייבן די צוויי געשיכטעס אָן זיך צונויפֿצוגיסן. די סיפּור־המעשׂה וועגן דער באַציִונג צווישן אָסקאַר און טימינאַ אין האַוואַנאַ אין 1931, ווערט געשילדערט אויף ענגליש, בעת דער צווייטער סיפּור — דער אויפֿשטאַנד קעגן די שפּאַניער אין מײַיִסי — ווערט געזונגען אויף ייִדיש, די שפּראַך אין וועלכער סײַ דער עכטער אָסקאַר פּיניס, סײַ זײַן פֿיקטיוון נוסח אין דער אָפּערע, האָבן געשילדערט האַטואיי.
די סצענעס בײַטן זיך גיך צווישן די צוויי געשיכטעס און די זעלביקע אַקטיאָרן שטעלן פֿאָר די ראָלעס פֿון ביידע סיפּורים ביז זיי ווערן כּמעט אין גאַנצן צונויפֿגעפֿלאָכטן. לאָנדאָן האָט דערפֿאַר בכּיוון געשאַפֿן מוזיק, וואָס זאָל פֿונאַנדערטיילן די צוויי עפּאָכעס: די מוזיק פֿאַרן סיפּור־המעשׂה וואָס קומט פֿאָר אין די 1930ער יאָרן קלינגט ווי די מוזיק פֿון אַ דעמאָלטיקער קובאַנער נאַכטקלוב. מער אַוואַנגאַרד איז די מוזיק וואָס באַגלייט די סצענעס מיט האַטואיי און די שפּאַניער, וואָס נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון ייִדישע און אַפֿראָ־קובאַנער מוזיק בײַנאַנד מיט שפּאַנישע און איטאַליענישע וואָקאַל־מוזיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט און דער טראַדיציאָנעלער פּויק־מוזיק פֿון די יאָראָבאַ אין קובע. לאָנדאָן האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק אויף אַן אופֿן, וואָס זאָל העלפֿן צו כאַראַקטעריזירן די באַזונדערע גרופּעס. בעת דער מוזיק וואָס באַגלייט די קאָנקיסטאַדאָרעס איז „דיסאָנירנדיק”, איז די מוזיק וואָס באַגלייט די טײַאיינאָס „מער האַרמאָניש.”
אַחוץ די צוויי עפּאָכעס, מישן זיך אויך צוזאַמען אין טאָראָנס ליברעטאָ עלעמענטן פֿון אָשר פּענס לעבן, מיטן לעבן פֿון זײַן פֿיקטיוון נוסח וואָס ווערט געשילדערט אין דער אָפּערע. אין איין קריטישער סצענע, למשל, ווען די העלדן האָבן מורא אַז זיי וועלן באַלד דערהרגעט ווערן דורכן קובאַנער מיליטער, דערציילט אָסקאַר טימינאַ ווי ער האָט געזען, אַז זײַן חבֿרטע אַנאַ ווערט עטלעכע מאָל פֿאַרגוואַלדיקט און דערנאָך דערהרגעט דורך די קאָזאַקן. אין דער אמתן האָט פּען זייער ווייניק דערציילט וועגן דעם שרעקלעכן טאָג אין זײַן היימשטעטל גײַסין: בלויז איין מאָל האָט ער דאָס דערמאָנט צו זײַן טאָכטער אײַלין פּאַזניק, און געזאָגט דערבײַ, אַז ער וויל וועגן דעם קיינמאָל ווידער ניט רעדן.
כּדי צוצופּאַסן די אָפּערע צו דער קובאַנער טרופּע, האָט מען איבערגעזעצט אויף שפּאַניש ס׳רובֿ פֿון די לידער, וועלכע מע האָט לכתּחילה געשריבן אויף ייִדיש און ענגליש. אין דער האַוואַנער פּראָדוקציע האָט בלויז דער אַקטיאָר וואָס שפּילט די ראָלע פֿון אָסקאַר פּיניס געזונגען אויף ייִדיש. לאָנדאָן האָט איבערגעגעבן, אַז אין אַמעריקע וויל ער פֿאָרשטעלן מער פֿון דער אָפּערע דווקא אויף ייִדיש, אַזוי ווי מע האָט לכתּחילה פּלאַנירט. צוליב זײַן דערפֿאַרונג אין קובע, אָבער, וועט מען אפֿשר ווײַטער זינגען געוויסע טיילן אויף שפּאַניש.
נאָך אַ שפּראַך וואָס מע האָט ניט געהערט אין האַוואַנע, וואָס האָט לכתּחילה געפֿורעמט אַן אינטעגראַלע טייל פֿון דער אָפּערע, איז די שפּראַך פֿון די טײַאיינאָ־אינדיאַנער אַליין. מערקווערדיק איז דער פֿאַקט, וואָס כאָטש מע רעדט ניט טײַאיינאָ שוין העכער 400 יאָר, געפֿינט מען אין אָשר פּענס פּאָעמע ”האַטואיי“ מער ווי הונדערט ווערטער פֿון דער טײַאיינאָ־שפּראַך, געשריבן מיט ייִדישע אותיות און דערקלערט בײַם סוף אין אַ גלאָסאַר.
לאָנדאָן און טאָראָן האָבן שווער געהאָרעוועט, כּדי צו רעקאָנסטרויִרן, אויף אַזוי ווײַט ווי מעגלעך, דעם קלאַנג פֿון דער טײַאיינאָ־שפּראַך און מוזיק. זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט אַ ריי עקספּערטן פֿון די פֿאַרשוווּנדענע אינדיאַנער־שפּראַכן פֿון די קאַריבישע אינזלען, דורכגעבלעטערט גלאָסאַרן און גערעדט מיט מוזיקאָלאָגן, וואָס פֿאָרשן אויס די מוזיק אין קובע, איידער עס זענען אָנגעקומען די שפּאַניער.
„די מאָטיוואַציע צו ניצן די טײַאיינאָ־שפּראַך איז געווען אַזוי,” האָט לאָנדאָן געזאָגט. „מענטשן זאָגן שטענדיק אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך וואָס גייט אונטער. אין דער אמתן שטאַרבט ייִדיש ניט, אָבער זי וועט פֿאָרט קיינמאָל ניט זײַן דאָס, וואָס זי איז אַמאָל געווען. טײַאיינאָ איז אַ סך מער ׳טויט׳ ווי אַ גערעדטע שפּראַך, און דאָך איז זייער וויכטיק צו ווײַזן, אַז זייער קולטור וועט ניט אויסשטאַרבן. מיר שטעלן פֿאָר די אָפּערע ניט בלויז לשם דעם סיפּור־המעשׂה אַליין, נאָר כּדי צו רעדן אין אַלגעמיין וועגן שפּראַך, קולטור, און ווי אַזוי זיי גייען אָן ווײַטער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.