ווען אַ דרײַ־יאָריק ייִנגל הייבט אָן לערנען די תּורה, לייענט מען מיט אים, לויטן באַקאַנטן מינהג, די ערשטע פּסוקים פֿון דער הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די קרבנות. דער אומגעוויינטלעך קליינער אות „אַלף‟ אינעם וואָרט „ויקראָ‟ איז מרמז, אַז לגבי דער אין־סופֿיקער חכמה פֿונעם אייבערשטן זענען מיר אַלע אַזוי ווי קליינע קינדער.
אַ ריי קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן דעם קליינעם „אַלף‟ אויף אַ פֿאַרקערטן אופֿן. דער אומגעוויינטלעכער אות ווײַזט, אַז משה רבינו האָט דערגרייכט גאָר אַ הויכע השׂגה פֿון רוחניות; זײַן נשמה איז צעשווענקט געוואָרן אינעם געטלעכן ליכט און פֿאַרלוירן זײַן אינדיווידועלן „איך‟. לכתּחילה האָט משה געוואָלט אָנשרײַבן „ויקר‟ אָן אַן אַלף, מיינענדיק, אַז דער באַשעפֿער האָט זיך אים אַנטפּלעקט בלויז על־פּיּ־צופֿאַל, בדרך־מקרה, און נישט צוליב זײַנע אייגענע מעלות. דער רבונו־של־עולם האָט אים אָבער געהייסן נישט פֿאַרקלענערן זײַן מענטשלעכע ראָלע אין דער נבֿואה און אַרײַנצושרײַבן דעם „אַלף‟.
אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז דער קליינער אות סימבאָליזירט צוויי פֿאַרקערטע ענינים: די פּלוצעמדיקע אַנטפּלעקונג פֿונעם געטלעכן ליכט, וואָס קאָן אויסזען אומגעריכט און צופֿעליק און דעם געטלעכן רוף, מיט וועלכן דער אייבערשטער ווענדט זיך פּערזענלעך צו יעדן מענטש. הגם אין אונדזער סדרה גייט אַ רייד וועגן משה רבינו, איז דער דאָזיקער ענין אַקטועל פֿאַר יעדן מענטש; דערפֿאַר הייבן די חדר־ייִנגלעך אָן לערנען די תּורה דווקא פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. אַדרבה, ווי באַלד מיר זענען אַלע קליין און נישטיק לגבי דעם געטלעכן אין־סוף, קאָן די השׂגה פֿון אַ קליין קינד זײַן אַפֿילו העכער, ווי בײַ אַ דערוואַקסענעם תּלמיד־חכם. די חז״ל זאָגן, אַז ווען אַ קינד חזרט איבער אַ צופֿעליקן פּסוק, שטעקט דערין אַ נבֿיאישער כּוח. דווקא צוליב דעם, וואָס דער יונגער שׂכל איז נישט „אָנגעלאָדן‟ מיטן באַוווּסטזיניקן שׂכלדיקן „באַגאַזש‟, קאָן ער גובֿר זײַן די גרענעצן פֿונעם דערוואַקסענעם שׂכל און צוקומען אויף אַ דירעקטן אופֿן צום סאַמע תּוכן, צום קליינעם „אַלף‟ פֿון משה רבינו אַליין.
אינעם צווייטן פּסוק פֿון אונדזער סדרה, וואָס די קליינע קינדער לייענען, ווען זיי הייבן אָן לערנען די תּורה אין חדר, שטייט געשריבן: „אָדם כּי־יקריבֿ מכּם קרבן לה׳‟ — ווען אַ מענטש פֿון אײַך וועט ברענגען אַ קרבן פֿאַרן אייבערשטן. על־פּי חסידות, מיינט דאָס וואָרט „מכּם‟ — „פֿון אײַך‟ — אַז דער מענטש אַליין דאַרף זיך מקריבֿ זײַן, כּדי זיך צו דערנענטערן צום רבונו־של־עולם. די פֿיזישע קרבנות, וואָס מע פֿלעגט ברענגען אינעם בית־המיקדש, זענען בלויז דער אויסערלעכער טייל פֿונעם אינערלעכן קרבן, פֿון דער פּערזענלעכע עבֿודה פֿונעם שטרעבן צוקומען במסירות־נפֿש צום באַשעפֿער.
צוליב וואָס הייבן די קינדער אָן לערנען די תּורה פֿון אונדזער פּרשה? לויטן פּשוטן אָפּטײַטש, בלײַבן די מיצוות פֿון קרבנות אַקטועל הײַנט צו טאָג, הגם מיר האָבן נישט קיין מעגלעכקייט זיי מקיים צו זײַן בגשמיות. ווען משיח וועט קומען, וועט פֿונעם הימל אַראָפּקומען דער נײַער בית־המיקדש, וווּ מע וועט פֿון ס׳נײַ אויספֿירן אַלע מיצוות, וואָס שטייען געשריבן אין דער הײַנטיקער סדרה. פֿאַר אַ קינד איז באַזונדערס וויכטיק צו לערנען אַזעלכע „משיחישע‟ פּסוקים.
אין דער אמתן, האַלטן ווײַט נישט אַלע גרויסע רבנים און מקובלים, אַז די קרבנות וועלן באַנײַט ווערן אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן אין משיחס צײַטן. הרב אַבֿרהם־יצחק קוק האָט בפֿירוש נישט געהאַלטן אַזוי, אָבער ער איז נישט געווען דער ערשטער. אין אַ באַקאַנטן מדרש שטייט געשריבן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן אַלע קרבנות בטל ווערן, אַחוץ דעם קרבן־תּודה, וואָס פֿאָדערט נישט קיין בהמות אָדער עופֿות. צווישן די ספֿרי־חסידות ווערט די דאָזיקע טעמע באַזונדערס פּרטימדיק באַשריבן אינעם ספֿר „אור יצחק‟ פֿון רבי יצחק ראַדווילער, דער זון פֿונעם באַרימטן זלאָטשעווער מגיד. לויט אַ באַקאַנטער דעה, וועט די פֿיזישע הלכה אין איר הײַנטיקער פֿאָרעם בטל ווערן אין משיחס צײַטן. אויב אַזוי, באַטאָנט דער חסידישער צדיק, וועט די פּרשת־הקרבנות גופֿא ווערן אַ קרבן און די נשמה פֿון יעדן מתפּלל וועט ווערן אַ פּערזענלעכער בית־המיקדש. פֿאַרן חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב האָבן ייִדן זיך נישט גענייטיקט אינעם משכּן; אין דער משיחישער תּקופֿה וועט מען אויך לאַוו־דווקא מוזן אויפֿשטעלן אַ נײַעם גשמיותדיקן בית־המיקדש.
לויט אַזאַ צוגאַנג, באַשטייט די מעלה פֿון דער הײַנטיקער פּרשה דווקא אין איר אינערלעכן באַדײַט. הגם מיר ברענגען נישט הײַנט קיין קרבנות און וועלן, מעגלעך, קיינמאָל נישט ברענגען ווידער אין דער צוקונפֿט, ווערט דאָס תּורה־לערנען גופֿא פֿאַררעכנט ווי אַ קרבן. אין דער תּורה טרעפֿן זיך אַ סך ענינים, וואָס פֿונעם מאָדערנעם קוקווינקל קאָנען אויסזען אויסטערליש פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט יעדער פּרט אין תּורת־משה אייביק וויכטיק אינעם רוחניותדיקן זין. יעדער מין קרבנות רעפּרעזענטירט אַ געוויסן אַספּעקט פֿון דער אינערלעכער עבֿודה; יעדער מענטש קען ברענגען אַ קרבן „מכּם‟, מקריבֿ זײַן זיך אַליין דורך מסירת־נפֿשדיקער תּפֿילות און תּשובֿה.
דער קליינער „אַלף‟ אינעם נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה רעפּרעזענטירט אַ וויכטיקן פּאַראַדאָקס פֿון עבֿודת־השם. וועגן עמלק שטייט געשריבן אין דער תּורה „אַשר קרך בדרך‟ — אַז ער האָט דיך געטראָפֿן אויפֿן וועג. פֿון עמלקס קוקווינקל איז דאָס לעבן הפֿקר און צופֿעליקייט. ווען משה רבינו האָט געוואָלט אַרײַנשרײַבן אין דער תּורה דאָס וואָרט „ויקר‟ אָן דעם „אַלף‟ צוליב זײַן מידת־הענווה, האָט דער אייבערשטער אים פֿאַרראָכטן און דערמאָנט, אַז נישט צופֿעליק איז משה געוואָרן אַ גרויסער נבֿיא, וועלכער האָט געשפּילט די שליסל־ראָלע אינעם אויסלייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט גרויסע ניסים פֿון מצרים. דער בעל־שם־טובֿ האָט געזאָגט, אַז אַפֿילו דער קלענסטער פּרט אין דער וועלט פּאַסירט לויט דער געטלעכער השגחה־פּרטית; ווען אַ בלעטל פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ בוים, איז עס אַ טייל פֿונעם געטלעכן פּלאַן, לויט וועלכן פֿון קדמונים אָן איז שוין געווען פֿאָרגעשריבן, ווען, ווי אַזוי און וווּהין דער דאָזיקער בלאַט זאָל פֿאַלן.
פֿון דער צווייטער זײַט, טאָר מען נישט באַטראַכטן די וועלט ווי אַ פֿאַטאַליסטישן מעכאַניזם. דער בלאַט פֿאַלט נישט צופֿעליק פֿונעם בוים דווקא צוליב דעם, וואָס דאָס געטלעכע ליכט באַנײַט די וועלט יעדן מאָמענט פֿון ס׳נײַ און שײַנט אַפֿילו אין די קלענסטע פּרטים פֿון וועלטבאַשאַף. הגם אין יעדער סעקונדע פֿאַלן אויף דער ערד אומצאָליקע בלעטער אַרום דער וועלט, שטעקט אין יעדן פֿון זיי אַן אוניקאַלער פֿינקל פֿון קדושה און אַ באַזונדערער רוחניותדיקער חן.
דער קליינער „אַלף‟ רעפּרעזענטירט דעם איידעלן באַלאַנס צווישן דעם מעכאַנישן פֿאַטאַליזם און דעם טאָטאַלן הפֿקר פֿון עמלק. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז פֿאַטאַליזם בעצם ענלעך צום הפֿקר; אויב אונדזער פּערזענלעכע ברירה קאָן גאָרנישט בײַטן אין דער אַרומיקער וועלט, מעגן מיר, חלילה, לעבן אַבי געלעבט און נישט שטרעבן זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן. וואָס זאָלן מיר נישט טאָן, בלײַבט מיר בלויז „שרויפֿלעך‟ אין דער גרויסער וועלט־מאַשין. דער ווילדסטער הפֿקר איז בלויז אַ טייל פֿונעם פֿאָרגעשריבענעם מעכאַנישן פּראָצעס, לויט אַזאַ געפֿערלעכער פֿאַטאַליסטישער שיטה.
דער קליינער „אַלף‟ רעפּרעזענטירט די דינאַמישע נאַטור פֿונעם וועלטבאַשאַף און פֿון אונדזער באַציִונג צום אייבערשטן. גאָרנישט איז צופֿעליק און אַלץ פּאַסירט בהשגחה־פּרטית; אונדזער באַזונדערע פּערזענלעכקייט און בחירה־חפֿשית איז בלויז אַן אילוזיע. פֿונדעסטוועגן, איז עס אַן אילוזיע דווקא צוליב דעם, וואָס דער אייבערשטער באַשאַפֿט די וועלט כּסדר פֿון ס׳נײַ דורך אונדזערע מחשבֿות, דיבורים און מעשׂים. די וועלט איז נישט קיין ווילדער הפֿקר און נישט אַ טויטער מעכאַניזם, נאָר אַ לעבעדיקע שכינה־אַנטפּלעקונג, אין וועלכער דער מענטש שפּילט די שליסל־ראָלע ווי דער באַנײַונג־קוואַל. דער „אַלף‟ אינעם וואָרט „ויקראָ‟ איז אַ קליינער, ווײַל דורך אונדזערע מסירת־נפֿשדיקע קרבנות בעתן דאַוונען און בײַם מקיים זײַן די מיצוות, ברענגען מיר כּסדר דאָס נײַע געטלעכע לעבן אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט.
משה רבינו האָט בכלל געוואָלט אויסמײַדן דעם „אַלף‟; דער רבונו־של־עולם האָט מסכּים געווען, אַז דער אות זאָל בלײַבן אומגעוויינטלעך קליין. די מענטשלעכע בחירה און די געטלעכע השגחה האָבן זיך וווּנדערלעך צונויפֿגעפֿלאָכטן. ווען מיר זאָגן זיך אָפּ פֿון אונדזער „איך‟ און באַטראַכטן זיך ווי קליינע קינדער, וואָס ווייסן גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט דער טיפֿער חכמה פֿון דער געטלעכע השגחה אַרום אונדז, איז דער „קליינער אַלף‟ פֿון אונדזער נשמה מסוגל צו לייזן די סתּירה צווישן פֿאָרגעשריבנקייט און פֿרײַהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.