דער „פֿאָרווערטס‟ פּראַוועט הײַיאָר זײַן 120סטן יובֿל, וואָס הייבט זיך אָן אין אַפּריל. לכּבֿוד דעם פֿרײלעכן יובֿל וועלן מיר איצט רעגלמעסיק איבערדרוקן טשיקאַווע אַרטיקלען, בילדער און רעקלאַמעס פֿון אונדזערע אַרכיוון.
כאָטש די געשיכטע פֿון די פּאָגראָמען איז צוליב דעם חורבן כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, זענען די פּאָגראָמען גלײַך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה און בפֿרט אין די יאָרן פֿון 1917 ביז 1922 דורכגעפֿירט געוואָרן אויף אַזאַ אָרגאַניזירטן און ברוטאַלן אופֿן, אַז אַ ריי הײַנטיקע פֿאָרשער באַטראַכטן זיי ווי אַ גענאָציד.
מע שאַצט אָפּ אַז בסך־הכּל 100,000 ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן דורך קאָזאַקן, מיליטערישע איינהייטן פֿון פֿאַרשידענע צדדים, און סתּם צעווילדעוועטע פּויערים. אַחוץ די דערמאָרדעטע האָבן אַרום צוויי מיליאָן ייִדן געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן זייערע היימען, בפֿרט אין אוקראַיִנע און גאַליציע (הײַנט וואָלט מען דאָס אָנגערופֿן אַן „עטנישע אָפּרייניקונג‟).
דער חורבן (און מע האָט אים טאַקע באַשריבן ווי אַ „חורבן‟; זעט, למשל, ש. אַנ־סקיס „חורבן גאַליציע‟) איז געווען דער סאַמע ערגסטער מאַסן־מאָרד פֿון די ייִדן זינט 1648. בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע איז די טראַגעדיע געווען אַ טאָפּלדיקע: קודם האָט מען באַוויינט די אויף די אויסגעהרגעטע קרובֿים אין דער אַלטער היים, און דערנאָך האָט מען געדאַרפֿט באַזאָרגן די לעבעדיקע קרובֿים, וואָס זענען געבליבן אָן אַ דאַך און אָן פּרנסה. כאָטש עס קען הײַנט קלינגען אַ ביסל ברוטאַל צו זאָגן, איז עס כּדאַי צו דערמאָנען אַז דאָס שיקן געלט די פּאָגראָם־געליטענע קרובֿים איבערן ים איז געווען באמת אַ שוועריקייט: ס׳רובֿ נײַע אימיגראַנטן זענען פּשוט ניט געווען מסוגל צו דעקן אַזאַ הוצאה. ווי אַ קהילה, אָבער, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן געקערט וועלטן צו העלפֿן די ייִדישע פּליטים אין אוקראַיִנע דורכן צושטעלן עסן און ווינטער־קליידער און דורכן קויפֿן בנינים, וווּ מענטשן האָבן געקענט צײַטווײַליק איינשטיין. מע האָט אויך, פֿאַרשטייט זיך, פּרובירט צו העלפֿן די פּאָגראָם־געטראָפֿענע צו אימיגרירן קיין אַמעריקע.
בעת יענע פֿינצטערע יאָרן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ עטלעכע מאָל געשיקט קאָרעספּאָנדענטן קיין קיִעוו, זיי זאָלן שאַפֿן רשימות פֿון די פּליטים, כּדי זייערע קרובֿים אין אַמעריקע זאָלן וויסן, אַז זיי לעבן נאָך. אונטערן קעפּל „דער אַלף־בית פֿון בלוט און טרערן — גרוסן פֿון אײַערע אומגליקלעכע קרובֿים פֿון הונדערט שטעט אין אוקראַיִנע, וואָס געפֿינען זיך איצט אין קיִעוו‟, האָט מען אַלפֿאַבעטיש אָפּגעדרוקט אַ ליסטע פֿון טויזנטער ייִדישע פּליטים, און וואָס זיי באַדאַרפֿן. בײַנאַנד מיט די באַשרײַבונגען פֿון די משפּחה־מיטגלידער און דעם אַדרעס, וווּ זיי געפֿינען זיך, האָט מען צוגעגעבן די נומערן 1, 2, 3 אָדער 4. 1 האָט געמיינט „מיר זענען געזונט‟; 2 — „מיר בעטן אָננעמען אַלע מיטלען; אַריבערקומען קיין אַמעריקע,‟ 3 — „מיר נייטיקן זיך אין געלט,‟ און 4 — „קיין געלט דאַרפֿן מיר ניט.‟
בלויז אַ פּאָר פֿון די באַשרײַבונגען זענען גענוג איבערצוגעבן דעם ביטערן טעם פֿון דער שוואַרצער תּקופֿה:
דאַשעווסקי: האַצקעל בן נחום, 10 פּערזאָן, סאַווסקאַ 5, וווינונג 16, פֿריִער געוווינט אין ציבולעוו, קיִעווער גובערניע. זוכט דאַשעווסקי און מעלסקי אין קליוולאַנד. 1. 2. 3.
טשערני: שימע בן שלמה, פֿיר פּערזאָן, ווערענסקאַיאַ 14, וווינונג, געוווינט אין קיִעוו, זוכט בענעדיקט קאָהען (ברודער) אין 1358 פֿולטאָן, עוועניו, בראָנקס. 1. 2. 3. זוכט אויך ציליע קאָהען (שוועסטער) אין בראָנקס, ניו־יאָרק, 1358 פֿולטאָן עוועניו. 1. 2. 3.
ווײַנציער: הערש בן לייב, 22 פּערזאָן, פּושינסקי 35, וווינונג 10, געוווינט אין ביאַליסטאָק, זוכט רפֿאל ווײַנציער (זון) אין ניו־יאָרק, ביאַליסטאָקער רעליעף פֿאַריין איסט בראָדוויי, טשערמאַן ווײַן. 1, 2, 3.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.