כאָטש דער „לעבנס־פֿראַגן‟, דער ייִדיש־שפּראַכיקער אָרגאַן פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל, קומט שוין עטלעכע יאָר מער ניט אַרויס ווי אַ גערדרוקטן זשורנאַל, גייט זײַן רעדאַקטאָר יצחק לודען אָן ווײַטער מיטן אַרויסגעבן נײַע אַרטיקלען אויף זײַן וועבזײַט.
לעצטנס האָט ער אַרויסגעשיקט אַ זאַמלונג פֿון איבער 90 אַרטיקלען, לידער, עסייען און רעפּאָרטאַזשן פֿון זײַן עלעקטראָנישער אויסגאַבע, וואָס ער רופֿט אָן „דעם פֿרײַען לעבנס־פֿראַגן‟, ווי אַ פּי־די־עף. די זאַמלונג נעמט אַרײַן ניט בלויז זײַנע אייגענע עסייען און מיינונגס־אַרטיקלען וועגן די הויפּט פּאָליטישע געשעענישן פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר, נאָר אויך אַ ריי אַרטיקלען אויף ייִדיש פֿון אַנדערע שרײַבער אַרײַנגערעכנט יצחק ניבאָרסקי, מיכאל קרוטיקאָוו, דזשאָרדין קוציק, צבֿי אײַזנמאַן, יואל מאַטוועיעוו, ישׂראל רודניצקי און לאה־מרים גראָסמאַן. אַחוץ די אַרטיקלען אויף ייִדיש געפֿינט מען אַ ריי אַרטיקלען אויף העברעיִש פֿון דער ישׂראלדיקער פּרעסע, ווי אויך איבערזעצונגען אויף ענגליש און העברעיִש פֿון עטלעכע פֿון יצחק לודענס אַרטיקלען.
דער „לעבנס־פֿראַגן‟ איז דערשינען אין ישׂראל פֿון 1951 ביז 2014 (זינט 1971 אונטער דער רעדאַקציע פֿון יצחק לודען). לכתּחילה אַ בונדיסטישער זשורנאַל כּמעט אויסשליסלעך געווידמעט פּאָליטיק, איז ער שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מער אַלגעמיינער טריבונע פֿאַר דער ייִדישער קולטור. מע קען הײַנט לייענען אַלע געדרוקטע נומערן פֿונעם זשורנאַל אויף דער וועבזײַט פֿונעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־פּראָיעקט‟ בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.