עס איז גוט באַקאַנט, אַז דאָס רובֿ פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון באַשעװיסעס ראָמאַנען זײַנען ניט אידענטיש מיט זײערע ייִדישע מקורים, װאָס זײַנען אַרױס אין המשכים אין „פֿאָרװערטס”.
די ענגלישע נוסחאות זײַנען כּסדר קירצער. זײ פֿאַרמאָגן װײניקער פֿילאָסיפֿישע און רעליגיעזע חקירות. אין אײניקע פֿאַלן, װי למשל אין „שׂונאים”, האָט דער ענגלישער רעדאַקטאָר פּשוט אױסגעמעקט אַ װיכטיקן פּערסאָנאַזש און אַזױ אַרום געענדערט דעם זין פֿונעם ראָמאַן. אַזױ אַרום קאָן מען זאָגן, אַז דער ענגלישער לײענער איז נאָך אַלץ ניט באַקאַנט מיט אַ היפּשן טײל פֿון דער ליטעראַרישער ירושה פֿונעם סאַמע באַרימטן אַמעריקאַנער ייִדישן שרײַבער.
דער רוסישער לײענער האָט מער מזל. דער מאָסקװער פֿאַרלאַג „קניזשניקי” (סופֿרים) האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אָנגעהױבן אַ נײַע סעריע „די בלאָנדזשענדע שטערן”, װאָס באַשטײט אױסשליסלעך פֿון נײַע איבערזעצונען פֿון ייִדישער ליטעראַטור אױף רוסיש פֿונעם אָריגינאַל. באַשעװיס פֿאַרנעמט אַװדאי אַ בכּבֿודיקן אָרט אין דער דאָזיקער סעריע. לעצטנס איז אַרױס זײַן ראָמאַן „שאָשע”, װאָס אינעם ייִדישן אָריגינאַל איז באַטיטלט „נשמה־עקספּעדיציעס”. דער דאָזיקער טיטל דערמאָנט אָן דעם בוך „דער װעג צום מענטש׃ די יסודות פֿון מענטש־װיסנשאַפֿט און די לערע פֿון נערװעזישקײט” פֿון פּראָפֿעסאָר פֿישל שניאורסאָן. דאָס דאָזיקע בוך איז אַרױס אױף ייִדיש אינעם װילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין אין 1927, און כּמעט אײנצײַטיק איז פֿאַרעפֿטנלעכט געװאָרן אױך אױף דײַטשיש אין בערלין און אױף ענגליש אין ניו־יאָרק.
די ענגלישע אױסגאַבע האָט געהאַט אַ קורצע הקדמה פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער דענקער דזשאָן דיויִ. מסתּמא איז דאָס געװען דער אָנהײב פֿון אַ גרעסערן אינטערנאַציאָנאַלן פּראָיעקט, די סעריע „שריפֿטן איבער מענטש־װיסנשאַפֿט”, אָבער לפֿי דעתי זײַנען קײן װײַטערדיקע פּובליקאַציעס אין דער דאָזיקער סעריע ניט אַרױס.
די צװײטע לעקציע אין שניאורסאָנס בוך הײסט „פּסיכילאָגישע עקספּעדיציע” און באַהאַנדלט די פֿראַגע׃ „װאָס הײסט דען עקספּעדירן אין נשמה־לאַנד?” דער מחבר זאָגט צו צו זײַנע צוהערער׃ „איך װעל אײַך נישט נאָר באַװײַזן דעם װעג, נאָר איר זעלבסט װעט אין די קומעדיקע פֿאָרלעזונגען באַטרעטן אָט דעם פֿאָרשונגװעג און איר װעט אַלײן באַשײַמפּערלעך זען, װוּהין דער דאָזיקער װעג פֿירט.”
דער מחבר יהושע פֿישל שניאורסאָן (1888–1958) איז געװען זײער אַ מערקװירדיקע פּערזענלעכקײט. אַ מיוחס פֿון דער באַרימטער משפּחה שנאיורסאָן און אַ מקורבֿ מיטן לעצטן ליובאַװיטשער רבי, איז ער געװען אַן עילוי און צו 16 יאָר האָט שױן באַקומען סמיכה. אָבער ער האָט אױסגעקליבן אַן אַנדערן װעג. ער האָט פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע װי אַן עקסטערן און װײַטער שטודירט מעדיצין אין בערלינער אוניװערסיטעט, ספּעציאַליזירט אין פּסיכיאַטריע, און נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה געװען טעטיק װי אַ פּעדאַגאָג אין בערלין, װאַרשע און ניו־יאָרק. חוץ דעם האָט ער געשריבן ראָמאַנען אױף ייִדיש, װאָס שילדערן פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע אינטעלעקטואַלן. די לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין ארץ־ישׂראל.
א װיכטיקער חילוק צװישן דעם פֿאַרקירצטן ענגלישן נוסח און דעם פֿולן ייִדישן אָריגינאַל פֿון „שאָשע” איז די ראָלע פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריס פֿײַטלזאָן, דעם שאַרפֿזיניקן, געלערנטן און צינישן פּערסאָנאַזש. דער אױטאָביאָגראַפֿישער דערצײלער פֿונעם ראָמאַן איז אײנצײַטיק אי פֿאַרכאַפּט אי אָפּגעשטױסן פֿון זײַן העלד, װאָס קלײַבט נחת פֿון פּראָװאָקאַציעס און פֿאַרפֿירונגען. באַשעװיס מאַכט חוזק פֿון פֿײַטלזאָנס „נשמה־עקספּעדיציעס”, אַ מין גײַסטלעכע אָרגיעס. אָבער ער באַװוּנדערט פֿײַטלזאָנס ערודיציע און קענטענישן פֿון מענטשלעכער נאַטור. אַזױ אַרום האָט דער ייִדישער טיטל פֿונעם ראָמאַן אַ טאָפּלטן מײן. פֿון אײן זײַט, איז דאָס אַ מין סאַטירע פֿון דער װאַרשעװער באָהעמישער סבֿיבֿה אין די 1930ער יאָרן, װען פֿון דער אַרומיקער װעלט איז געװאָרן אַ הפֿקר, און די ייִדישע אינטעליגענץ האָט זיך אָפּגעגעבן מיט נאַרישע שפּילן. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס אױך אַ נאָסטאַלגישער מעמואַר װעגן דער צײַט פֿון באַשעװיסעס אײגענער יוגנט.
שאָשע, די הױפּט־העלדין פֿונעם ענגלישן נוסח, שפּילט אַ מער סימבאָלישע פֿיגור אינעם ייִדישן אָריגינאַל. זי איז אַ מערקװירדיקע יונגע פֿרױ, װאָס האָט זיך ניט געענדערט מיט די יאָרן. דעם דערצײלערס באַגעגעניש מיט איר, װאָס קומט פֿאָר אין זײַן אַלטן הױף אױף דער קראָכמאַלנע־גאַס, איז אױך אַ מין „נשמה־עקספּעדיציע”, װאָס ברענגט אים צוריק צו זײַנע יונגע יאָרן, אַן עקספּעדיציע צו דעם אַלטן אײגענעם „זיך”. באַשעװיס רעדט צו זײַן ייִדישן לײענער, װאָס איז ביכולת אָפּצושאַצן סײַ די סאַטירישע סײַ די איראָנישע עלעמענטן אין זײַן ראָמאַן.
װי ענלעך איז די אױסגעטראַכטע פּאַרשױן מאָריס פֿײַטלזאָן אױף דעם רעאַלן פֿישל שניאורסאָן? זײ האָבן געװיסע בשותּפֿותדיקע שטריכן׃ בײדע שטאַמען פֿון חשובֿע חסידישע משפּחות, האָבן שטודירט אין בערלין, זײַנען געװען פּאָפּולער צװישן דער װאַרשעװער ייִדישער אינטעליגענץ. אָבער װיכטיקער זײַנען די חילוקים. בעת פֿײַטלזאָן איז אױסגעמאָלט װי אַ צינישער פּראָװאָקאַטאָר און פֿאַרפֿירער, איז שנאיורסאָן געװען זײער אַן אָנשטענדיקער מענטש, װאָס אַלע האָבן פֿאַר אים געהאַט דרך־ארץ. דאָס איז ניט דער אײנציקער פֿאַל, װען באַשעװיס באַנוצט זיך מיט געװיסע ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקײטן, כּדי צו שאַפֿן גאַנץ מיאוסע ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. אַן אַנדער בײַשפּיל איז דער באַרימטער דײַטשיש־ייִדישער אַקטיאָר אלכּסנדר גראַנאַך, װאָס באַװײַזט זיך אין פֿאַרשידענע קאַריקאַטורישע גילגולים אין „שאָשע”, „שׂונאים” און „שאָטנס בײַם האָדזאָן”. באַשעװיסעס ראָמאַנען זײַנען פֿול מיט רמזים און ליטעראַרישע שפּילקעס, װאָס זײַנען שװער אױסצוטײַטשן פֿאַרן הײַנטיקן לײענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.