דער הײַנטיקער שבת, דער לעצטער פֿאַרן קומענדיקן חג־הפּסח, טראָגט אַ באַקאַנטן באַזונדערן נאָמען: שבת־הגדול. אין אַ סך ייִדישע קהילות, בפֿרט בײַ די חסידים, זאָגט מען אין שילן ספּעציעלע פּיוטים — יוצרות — לכּבֿוד דעם קומענדיקן יום־טובֿ; אין ליובאַוויטש און אַ צאָל אַנדערע חסידישע גרופּעס לייענט דער עולם אויך אַ טייל פֿון דער פּסחדיקער הגדה, כּדי אונטערצושטרײַכן די רוחניותדיקע פֿאַרבינדונג צווישן דעם שבת־הגדול און פּסח.
דעם 10טן טאָג פֿונעם חודש ניסן, ווען די בני־ישׂראל זענען נאָך געווען פֿאַרשקלאַפֿט אין מצרים, האָט דער אייבערשטער זיי אָנגעזאָגט צוצוגרייטן דעם קרבן־פּסח: „שׂה לבית אָבֿות שׂה לבית‟ — יעדעס הויזגעזינט האָט צוגעגרייט אַ לעמעלע צו שעכטן. לויט אונדזער מסורה, איז דעמאָלט געווען שבת. הגם הײַנט ברענגען מיר נישט קיין גשמיותדיקע קרבנות און אַוודאי טאָרן מיר נישט גרייטן קיין בהמות פֿאַר שחיטה בעתן הייליקן יום־המנוחה, בלײַבט דער הײַנטיקער שבת פֿעסט פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן „יום־חרותנו‟, דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער פֿרײַהייט.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קרבנות, איז דאָס עסן קרבן־פּסח געווען אַ משפּחה־ און קהילה־שׂימחה. בזמן־הבית, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, איז דאָס געווען איינס פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן פֿונעם יאָר. ווען אַ נישט־ייִד האָט זיך מגייר געווען, האָט ער געמוזט זיך אויך באַטייליקן אינעם קרבן־פּסח, כּדי צו ווײַזן, ער ווערט אַן עכטער ייִד, וועלכער גייט איצט אויך אַרויס פֿון מצרים. דאָס איז איינער פֿון די סימנים, אַז די פּסחדיקע מינהגים האָבן אַ טיפֿן רוחניותדיקן באַדײַט און זאָלן נישט באַטראַכט ווערן בלויז ווי אַ מין „נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג־טאָג‟. יעדער מענטש מוז אַלעמאָל שטרעבן צו אַנטלויפֿן פֿון זײַן אינערלעכן מצרים און גובֿר זײַן זײַן אייגענעם „ים‟ און „מידבר‟ אויפֿן וועג צו קדושה און געטלעכקייט.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן דווקא מיטן ענין פֿון קרבנות. אין פֿאַרגלײַך מיטן קרבן־פּסח, האָבן אָבער אַפֿילו די כּהנים נישט געטאָרט עסן דעם קרבן־עולה, וועלכער האָט געמוזט אינגאַנצן פֿאַרברענט ווערן. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער דאָזיקער קרבן רופֿט אויך אַרויס אינגאַנצן היפּוכדיקע היסטאָרישע אַסאָציאַציעס: דאָס וואָרט „האָלאָקאָסט‟ איז דער גריכישער טײַטש פֿונעם קרבן־עולה. זיכער קאָן מען זאָגן, אַז דאָס פּשוטע ייִדישע וואָרט „חורבן‟ איז אַ סך בעסער צוגעפּאַסט צו דער ייִדישער טראַגעדיע, ווי דער פֿרעמדער גריכיש־שטאַמיקער אינטערנאַציאָנאַלער טערמין. פֿונדעסטוועגן, איז מערקווירדיק, אַז להיפּוך צום באַפֿרײַונג־באַדײַט פֿונעם קרבן־פּסח, האָט די וועלט אויפֿגענומען דעם קרבן־עולה ווי אַזאַ פֿינצטערן סימבאָל.
נישט געקוקט אויף דעם אויבערפֿלעכלעכן היפּוכדיקן באַדײַט, זענען ביידע מינים קרבנות יאָ פֿאַרבונדן צווישן זיך גאָר טיף. די חז״ל דערקלערן, אַז די עולה איז געווען אַ כּפּרה נישט פֿאַר פֿיזישע עבֿירות, ווי די אַנדערע קרבנות, נאָר פֿאַר שלעכטע געדאַנקען. ווי געזאָגט, איז דער קרבן־פּסח אויך מרמז אויפֿן געראַנגל מיטן יצר־הרע און אויף דער שטענדיקער פּערזענלעכער יציאת־מצרים. אַדרבה, אינעם לעבן פֿון יעדן מענטש טרעפֿן זיך מאָמענטן, ווען ס׳איז כּדאַי צו פֿאַרוואַנדלען אַ געוויסן ענין אין אַ געשמאַקן „מאכל”, כּדי צו אַנטפּלעקן דאָרטן דאָס געטלעכע ליכט, און ווען ס׳איז כּדאַי עפּעס אינגאַנצן צו „פֿאַרברענען‟ אויפֿן וועג צום רבונו־של־עולם. סײַ דער קרבן־פּסח, סײַ דער קרבן־עולה זענען מרמז אויף דער היפּוכדיקער דיאַלעקטיק פֿון עבֿודת־השם.
על־פּי־קבלה, איידער מע טוט עפּעס אַ מיצווה, זאָגט מען דעם „לשם־ייִחוד‟ — אַ קורצע תּפֿילה, וואָס העלפֿט זיך צו פֿאָקוסירן אויף די ריכטיקע כּוונות. אַ סך ספֿרדים און חסידים זאָגן עטלעכע מאָל אַ באַזונדערן „לשם־ייִחוד‟ במשך פֿונעם פּראָצעס פֿון בדיקת־חמץ און ביעור־חמץ, ווי אויך פֿאַר יעדן טייל פֿונעם סדר. לויטן נוסח פֿון די דאָזיקע תּפֿילות, דאַרף מען אין זינען האָבן צו פֿאַראייניקן דעם קודשא־בריך־הוא — דעם אייבערשטן אַליין — מיט זײַן הייליקער שכינה, און פֿאַרבינדן די אותיות פֿונעם באַשעפֿערס נאָמען: יו״ד און ה״א מיט וואָוו און ה״א.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.