מיטוואָך איז אַוועק אין דער אייביקייט די לעגענדאַרע געזעלשאַפֿטלעכע קאָלומניסטקע פֿון „פֿאָרווערטס‟ און Forward, מאַשע לעאָן, אין עלטער פֿון 86 יאָר.
מאַשעס לאַנגיאָריקער רובריק On the Go (אויפֿן וועג) איז געווען אַ כּסדרדיקער טייל פֿונעם Forward, אָנהייבנדיק מיט איר סאַמע־ערשטן נומער אין 1990. שטענדיק ציכטיק אָנגעטאָן, האַלטנדיק אַ העפֿט און פּען אין דער האַנט, איז זי ניט געווען קיין פּנים־חדשות אויף דער געזעלשאַפֿטלעכער ייִדישער גאַס.
„איך האַלט אַז איר לעבן איז געווען אַ וווּנדערלעכע אַוואַנטורע,‟ האָט דערקלערט איר טאָכטער קערין לעאָן, וואָס האָט געדינט ווי איר מאַמעס פֿאָטאָגראַפֿקע.
מאַשע האָט געשריבן טויזנטער אַרטיקלען פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און Forward במשך פֿון איר לאַנגער קאַריערע. בעתן „גאַלאַ־סעזאָן‟ פֿלעג זי פֿיר מאָל אַ וואָך דעקן געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען און באַנקעטן. פֿון צײַט צו צײַט איז זי אַפֿילו געגאַנגען אויף צוויי וועטשערעס אויף דער זעלביקער נאַכט.
„מאַשע האָט געקענט שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט די באַרימטע פּערזענלעכקייטן און די גרויסע מאַכערס מיט וועמען זי האָט געהאַט צו טאָן און זי איז שטענדיק מסוגל געווען זיי צו באַשרײַבן אויף אַ לעבעדיקן אופֿן,‟ האָט דערקלערט שמואל נאָריך, דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע. „כּמעט 40 יאָר האָט זי פֿאַרבונדן די לייענער פֿונעם ׳פֿאָרווערטס׳ און דעם Forward מיט וואַרשע, מיטן ווילנער ׳ייִוואָ׳, און מיט ניו־יאָרק, בײַנאַנד מיט אַלע גרויסע געשעענישן פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע במשך פֿונעם בייזן און גלענצנדיקן 20סטן יאָרהונדערט‟.
מאַשעס בלישטשענדיק לעבן פֿאַרברענגנדיק מיט באַרימטע פּערזענלעכקייטן און מאַגנאַטן איז געקומען נאָך שוידערלעכע קינדער־יאָרן.
אַ געבוירענע אין וואַרשע, פּוילן, אין 1931, האָט מאַשע איבערגעלעבט די דײַטשישע באָמבאַרדירונג און איז אַנטלאָפֿן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט גלײַך איידער מע האָט אָנגעהויבן בויען די געטאָ־מויערן. מיט איר מאַמען, זעלדע בערנשטיין, איז זי צײַטווײַליק פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך די דײַטשן בײַם פּרובירן צו גנבֿענען די גרענעץ מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די דײַטשן האָבן דערשאָסן אַ העלפֿט פֿון דער גרופּע ייִדן, וואָס איז צוזאַמענגעפֿאָרן מיט איר.
אין ווילנע האָט זי זיך ווידער געטראָפֿן מיט איר טאַטן, דעם בונדישן זשורנאַליסט און פּאָליטישן אַקטיוויסט מאַטוויי בערנשטיין. דאָרטן האָט די סאָוועטישע געהיים־פּאָליציי אַרעסטירט איר טאַטן צוליב זײַנע אַנטי־קאָמוניסטישע שטעלונגען. מע האָט אים פֿאַרהאַלטן אין אַ סאָוועטישער תּפֿיסה, וווּ ער האָט געשמאַכט צוזאַמען אין איין קעמערל מיטן צוקונפֿטדיקן ישׂראלדיקן פּרעמיער מנחם בעגין.
לויט סעט ליפּסקי, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿונעם Forward, האָבן מאַשע און איר מאַמע זיך באַקענט מיט בעגינס פֿרוי עליזה בעת זיי זענען געשטאַנען אין דער ריי וואַרטנדיק צו באַזוכן זייערע קרובֿים אין טורמע. פֿרוי בעגין האָט זיי דערקלערט, אַז זי פּלאַנירט צו שיקן איר מאַן אַ בריוו, וואָס זי האָט באַהאַלטן אין אַ שטיקל זייף. מאַשעס מוטער האָט איר געעצהט, זי זאָל בעסער אויסנייען אירע ווערטער אויף אַ נאָזטיכל. דער אָנזאָג, וואָס בעגין דערמאָנט אין זײַן ביכל זכרונות, האָט אים געלאָזט וויסן, אַז זײַן פֿרוי פֿאָרט באַלד אָפּ קיין ארץ־ישׂראל.
„איך האָב שטענדיק געמיינט, אַז דער דאָזיקער אָנזאָג איז געווען איינער פֿון די זאַכן וואָס האָט דערמוטיקט בעגינען ווײַטער אָנצוגיין בעת זײַנע יאָרן אין גולאַג און זײַן שטרעבונג אָנצוקומען קיין ישׂראל,‟ האָט ליפּסקי געשריבן. „אַחוץ דעם וואָס זי איז געווען אַן אויסגעצייכנטע קאָלומניסטקע, האָבן זי און איר מוטער אויך געשפּילט אַ ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע‟.
מאַשע און איר מאַמע האָבן איבערגעלאָזט מאַטוויי בערנשטיין אין ווילנע און האָבן אים ערשט ווידער געזען מיט 20 יאָר שפּעטער. זיי זענען געווען צווישן די 6,000 ייִדן, וואָס דער יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט טשיִונע סוגיהאַראַ האָט געגעבן וויזעס, זיי זאָלן קענען פֿאַרלאָזן אייראָפּע. זיי זענען אָנגעקומען אין קאָבי, יאַפּאַן און זענען געפֿאָרן מיט דער סאַמע־לעצטער שיף קיין אַמעריקע פֿאַרן אַטאַק אויף „פּערל־האַרבאָר.‟ די מלחמה־יאָרן האָבן זיי פֿאַרבראַכט אין מאָנטרעאָל.
נאָך דער מלחמה האָבן מאַשע און איר מאַמע מורא געהאַט, מע וועט זיי דעפּאָרטירן צוריק קיין פּוילן. מאַשע האָט אָנגעשריבן אַ בריוו פֿון 13 זײַטן צו דער אַמעריקאַנער ערשטער דאַמע עלינאָר רוזוועלט, דערקלערנדיק פֿאַר וואָס זי וויל ווערן אַן אַמעריקאַנערין.
„זי האָט געזאָגט, אַז זי וויל קומען קיין אַמעריקע צוליב דזשינדזשער ראָדזשערס, פֿרעד עסטייר און שירלי טעמפּל,‟ האָט קערען לעאָן געזאָגט.
דער בריוו איז, אַ פּנים, געווען גאַנץ איבערצײַגעוודיק. מע האָט דערלאָזט, אַז מאַשע און איר מוטער זאָלן זיך אַריבערציִען אין שיקאַגע, וווּ עס האָבן שוין געוווינט עטלעכע קרובֿים זייערע.
מאַשע האָט פֿאַרענדיקט קווינס־קאָלעדזש אין ניו־יאָרק מיט אַ דיפּלאָם אין ייִדישע שטודיעס. אַרום 1980 האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר אַן ענגלישער בײַלאַגע אינעם „פֿאָרווערטס‟, וווּ איר טאַטע איז אַ מאָל געווען אַ מיטאַרבעטער. ווען די צײַטונג האָט לאַנסירט די ענגלישע אויסגאַבע אין 1990 איז מאַשע געווען איינע פֿון אירע ערשטע שרײַבער. אין איינעם מיט איר מאַן, יוסף לעאָן, האָט זי אויך אָנגעפֿירט מיט אַ פֿאַרלאַג.
נעמי זעוועלאָף, וועלכע איז איצט די Forward־קאָרעספּאָנדענקע אינעם מיטעלן מיזרח, האָט עטלעכע יאָר לאַנג רעדאַקטירט מאַשעס רעפּאָרטאַזשן פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען און באַנקעטן, און געדענקט אַז מאַשע האָט שוין דעמאָלט געהאַט אָנגעזאַמלט אָן אַ שיעור אַנעקדאָטן וועגן באַרימטע פּערזענלעכקייטן מיט וועמען זי האָט במשך פֿון די יאָרן זיך באַקענט.
„ווען איך האָב איר געזאָגט, בעת מיר האָבן געגעסן מיטאָג אין איר באַליבטסטן כינעזישן רעסטאָראַן, אַז איך וויל איבערפֿירן איר רובריק פֿון דער געדרוקטער צײַטונג צו אונדזער וועבזײַט, האָט זי לכתּחילה זיך אַנטקעגנגעשטעלט,‟ האָט זעוועלאָף דערציילט. „אָבער אויף דער וועבזײַט האָט זי טאַקע געקראָגן אַ סך מער לייענער. זי האָט געפֿירט אַ מאָדערנע געזעלשאַפֿטלעכע רובריק וועגן באַרימטע פֿיגורן — אָבער מיט אַ ייִדישן טעם. איר אייגנאַרטיקער צוגאַנג וועט זײַן שווער צו פֿאַרבײַטן.‟
„מאַשע האָט אַ סך דורכגעמאַכט,‟ האָט דערקלערט דזשיין אײַזנער, די שעף־רעדאַקטאָרין פֿונעם Forward. „איך האָב באַוווּנדערט איר פֿעיִקייט זיך צוצופּאַסן צום איבערגאַנג פֿונעם געדרוקטן וואָרט צום עלעקטראָנישן, און איר טאַלאַנט צו באַשרײַבן די בײַטנדיקע שטראָמען פֿון ייִדישן לעבן. אויף אַלע וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען האָט מען זי אויך געזען; זי וועט אונדז אויספֿעלן.‟
אין 2011 האָט מאַשע באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון דער פּוילישער רעגירונג צוליב אירע רעפּאָרטאַזשן וועגן דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע און קולטור.
קערען לעאָן האָט באַמערקט, אַז איר מאַמע האָט געאַרבעט ביזן לעצטן טאָג. „זי איז געווען זייער שטאָלץ פֿון אַלץ וואָס זי האָט זיך אונטערגענומען,‟ האָט זי געזאָגט.
מאַשע איז געשטאָרבן אין שלאָף. זי האָט פֿאַראָבֿלט אירע דרײַ טעכטער קערען, לאָראַ און נינאַ, פֿינף אייניקלעך און צוויי אור־אייניקלעך. איר מאַן, יוסף, איז געשטאָרבן אין 2008.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.