װען מײַן שוועגערין שׂרה כּץ, מײַן מענדלס שוועסטער, האָט דערגרייכט די רײַפֿע עלטער פֿון 88, האָט זי באַשלאָסן זיך אַוועקצוזעצן און אונדז דערציילן איר מאַן יוספֿס געשיכטע אין צײַט פֿונעם חורבן.
יוסף איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין יאָר 1925, דער צווייטער זון פֿון אַכט קינדער. זײַן פֿאָטער איז געווען אַן אָפֿיציר אין דער עסטרײַך־אונגאַרישער אַרמיי אין צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. זײַן מוטער איז געווען אַ רפֿואת־חולים און האָט געקענט די מלאכה פֿון היילן, אָפּשפּרעכענישן, שטעלן באַנקעס און אײַנרײַבן אַ חולה.
יוספֿס משפּחה האָט געוווינט אין אַ דערפֿל ווען די צווייטע וועלט־מלחמה איז אויסגעבראָכן. די פֿאַמיליע איז אַנטלאָפֿן קיין מונקאַטש אין די קאַרפּאַטן־בערג, וווּ עס האָבן געוווינט אַ סך ייִדן. דאָרט האָט זיך יוסף אויסגעלערנט צו רעדן טשעכיש און אוקראַיִניש.
ווי אַ ייִנגל איז ער אַוועק זיך לערנען אין אַ טשעכישער שולע און צו 14 יאָר האָט ער געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק, וואָס האָט אויסגעאַרבעט בענקלעך, דאָס אַלץ אויף צו העלפֿן אויסהאַלטן די משפּחה. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ רײַזנדיקער סוחר און פֿאַרדינט וואַסער אויף קאַשע. ער איז אָבער געווען זיכער אַז צוליב זײַן דינסט אין עסטרײַך־אונגאַרישן מיליטער וועט ער זײַן אויסגעהיט פֿון אַ יעדער סכּנה.
ווען די אונגאַרער האָבן באַלאַגערט מונקאַטש, האָט יוספֿס פֿאָטער אָנגעטאָן זײַן סאַלדאַטסקן מונדיר, מיט אַלע מעדאַלן, און אַרויס אין גאַס באַווײַזן זײַן אַמאָליקע מיליטערישע העלדישקייט.
די אונגאַרישע „נילאָשעס‟ (נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן) זײַנען אים גלײַך באַפֿאַלן, אַראָפּגעריסן אַלע זײַנע מעדאַלן און אים צעהאַקט און צעבראָקט ביז בלוט. דאָס איז בײַ יוספֿס טאַטן שױן געווען אַ פֿאָרגעפֿיל אַז אויף ייִדן רוקט זיך אַ גרויסער אומגליק.
האָט ער באַשלאָסן אויפֿן אָרט צו ראַטעווען כאָטש איינעם פֿון זײַנע קינדער, אָנהייבנדיק מיט יוספֿן, וועלכער איז דעמאָלט געווען גאַנצע 17 יאָר אַלט. אין יענעם מאָמענט האָט דער פֿאָטער זײַנער געעפֿנט דאָס בײַטל געלט וואָס ער האָט געהאַט געזאַמלט אויפֿן נדן פֿאַר זײַן עלטסטער טאָכטער אסתּר, און דערלאַנגט עס זײַן עלטסטן זון מיטן אָנזאָג: „אַנטלויף, און שליס זיך אײַן אין אַן אונגאַרישן אַרבעטס־לאַגער!‟
יוסף האָט געפֿאָלגט דעם טאַטן, און זיך אָנגעשלאָסן אין אַן אונגאַרישן אַרבעטס לאַגער. פֿון יענעם לאַגער האָט מען אים אָפּגעשיקט קיין בודאַפּעשט צו אַרבעטן אין אַ ביר־פֿאַבריק, און זינט ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ קליין דערפֿל, האָט ער געוווּסט ווי אומצוגיין מיט פֿערד, האָט מען אים באַפֿוילן צוצושטעלן ביר אין די קרעטשמעס פֿון גאַנץ בודאַפּעשט.
דער קאָמענדאַנט פֿון יענעם אַרבעטס־לאַגער האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן אַן אָרנטלעכער מענטש, האָט ער אין אַ געוויסן טאָג צונויפֿגעזאַמלט אַלע זײַנע ייִדישע שקלאַפֿן־אַרבעטער און זיי אָנגעזאָגט די ביטערע בשׂורה אַז אַלע ייִדן גייט מען אָפּשיקן קיין פּוילן אין קאַצעט־לאַגערן. ער האָט זיי געעצהט צו אַנטלויפֿן אַזוי שנעל ווי מעגלעך.
יוסף איז אויך אַנטלאָפֿן און מיטן ביסל געלט וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט האָט ער געקויפֿט אַ „היטלער־יוגנט‟ מונדיר, נישט וויסנדיק גענוי די באַדײַטונג דערפֿון. אויסגעסטרויעט זיך אינעם מונדיר האָט ער — נישט געקוקט דערויף וואָס זײַנע האָר זײַנען געווען טונקל, און זײַן אונגאַריש האָט אונטערגעהינקט ־איבערצײַגט דעם „היטלער־יוגנט‟ קאָמענדאַנט אים אײַנצושליסן אין זייערע רײען. דאָרט האָט ער געהייסן יאָזשי, באַקומען אַ ביקס און אָפּגעשיקט געוואָרן קיין עסטרײַך, אײַנצושליסן זיך אין ווערמאַכט מיליטער.
סוף 1944, ווען די רוסן האָבן באַלאַגערט עסטרײַך, האָבן זיי זיך גענומען דערנעענטערן צו די באַראַקן וווּ יוסף האָט געדינט מיט זײַן יונגט־חבֿר, אַן עסטרײַכער, נישט קיין ייִד. פּלוצעם האָט יוסף באַמערקט אַז זײַן חבֿר באַגראָבט זײַן ביקס און האַלט בײַם אַנטלויפֿן אַהיים צו זײַנע עלטערן. אויב אַזוי, האָט יוסף באַשלאָסן צו מאַכן אויך אַ ויברח צוזאַמען מיט זײַן עסטרײַכישן שותּף, מיט וועלכן ער האָט געדינט אין דער „היטלער יוגנט‟.
ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט ביז ביידע זײַנען אָנקומען אין אַ דערפֿל וווּ זײַן חבֿרס עלטערן האָבן געוווינט, און זײַנען נישט טויט נישט לעבעדיק אַרײַן צו זיי.
ווי נאָר דעם חבֿרס עלטערן האָבן דערזען יוספֿן, האָבן זיי זיך אָפּגעזאָגט צו באַהאַלטן אים בײַ זיך אין שטוב ווײַל ער האָט נישט אויסגעזען ווי אַן עסטרײַכער. האָבן זיי אים געראַטן אָפּצוזוכן אַן אַנדער באַהעלטעניש.
אין צווישן האָבן די רוסישע סאָלדאַטן פֿאַרכאַפּט דאָס דערפֿל, גענישטערט אַ יעדעס הויז ביז זיי האָבן זיך אָנגעשטויסן אין יוספֿס שותּף אין זײַן באַהעלטעניש, אים אַרויסגעטריבן פֿון הויז און געהאַלטן בײַם אַוועקשלעפּן אים אין זייער לאַסט־אויטאָ.
אין יענעם מאָמענט איז יוסף אַרויסגעשפּרונגען פֿון זײַן באַהעלטעניש, און גענומען רעדן מיט די רוסן אוקראַיִניש, זיי מודיע געווען אַז ער אַליין איז אַ ייִד און אַז זײַן פֿרײַנדס עלטערן האָבן אים באַהאַלטן. די רוסישע סאָלדאַטן האָבן צו רו געלאָזט די עסטרײַכישע משפּחה און אָנגעשטעלט יוספֿן אויף אַרבעט ווי אַן איבערזעצער פֿון דײַטש אויף רוסיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז די רוסן האָבן גענומען אײַנרעדן יוספֿן אײַנצושליסן זיך אין דער רוסישער אַרמיי, האָט יוסף ווידעראַמאָל דערשנאַפּט מיט וואָס דאָס שמעקט און אויף דאָס נײַ גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַנטלאָפֿן.
מיטן סוף פֿון דער מלחמה איז יוסף אָנגעקומען קיין דײַטשלאַנד און אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ די־פּי־לאַגער, װוּ ער האָט באַגעגנט די ייִדישע שליחים פֿון פּאַלעסטינע וועלכע האָבן אָרגאַניזירט די יונגטלעכע פֿון דער שארית־הפּליטה און זיי אָפּגעפֿירט מיט דער אומלעגאַלער עליה קיין ארץ־ישׂראל. נאָר איידער וואָס איידער ווען האָט יוסף זיך באַקענט מיט דער 17־יעריקער שׂרה האָפֿמאַן, חתונה געהאַט מיט איר און ביידע זײַנען אַוועק אומלעגאַל קיין פּאַלעסטינע.
אין 1948, ווען ס׳איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה האָט יוסף געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, און אַדורכגעמאַכט די בלוטיקסטע קאַמפֿן בײַם פֿאַרכאַפּן די שטאָט לטרון און איר גאָר וויכטיקן פֿאַרבינדונגס־וועג וואָס האָט געפֿירט קיין ירושלים. אַ סך ייִדישע סאָלדאַטן זײַנען אומגעקומען אין יענער שלאַכט און ווידעראַמאָל איז יוסף על־פּי־נס אַרויס מיט גאַנצע ביינער.
מיט אַ יאָר שפּעטער, ווען ער איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער אַרמיי, האָט ער געפֿונען אַרבעט אין אַ בענקל־פֿאַבריק, בײַם אַמאָליקן מונקאַטשער בעל־הבית וואָס איז אויך ניצול געוואָרן. יוספֿן האָט אָבער געצויגן צו פֿאַרמערײַ, צו באַאַרבעטן די ערד, צו פֿיטערן בהמות און עופֿות. האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין אַ מושבֿ וואָס האָט זיך גערופֿן „בן־עמי‟, אין מערבֿ גליל, וווּ אַלע מיטגלידער האָבן געדינט אין „פּלמח‟ און ווידעראַמאָל איז יוספֿן אויסגעקומען צו באַווײַזן וווּנדער. זײַענדיק צוזאַמען מיט די מיטגלידער פֿון דערפֿל בן־עמי אין די רעזערוון, האָט ער באַמערקט ווי איינער פֿון זיי פּלאָנטערט זיך בײַם דעטאָנירן אַ לעבעדיקן גראַנאַט. באַמערקט די סומאַטאָכע, האָט ער געכאַפּט דעם גראַנאַט וואָס האָט געהאַלטן בײַם עקספּלאָדירן, וויסנדיק גענוי ווי צו פֿאַרשליסן דעם שליסל. אַזוי האָט ער געראַטעוועט אַכט פֿון זײַנע שכנים פֿון דער פֿאַרם.
דאָ װיל איך צוגעבן מײַנע אייגענע ווערטער:
מיר האָבן געוווינט אין ישראל גאַנצע צען יאָר פֿון 1969 ביז 1979 און האָבן אויך אַדורכגעלעבט די יום־כּיפּור מלחמה פֿון 1973. און אַזוי ווי איך בין געווען אַן איינציק קינד, אָן משפּחה און אָן קרובֿים, ווײַל אַלע זײַנען אומגעקומען בײַ היטלערן, בין איך צוגעפֿלאָסן געוואָרן צו מײַן שוועגערין שׂרהן, מיר זײַנען געוואָרן װי צוויי שוועסטער. מיט דער צײַט האָט שׂרה מיט יוספֿן מיט זייערע צוויי קינדער זיך באַזעצט אין דער שטאָט הרצליה, נישט ווײַט פֿון אונדז, און מיר האָבן זיך געזען טעגלעך, געפּראַוועט שבת און יום־טובֿ צוזאַמען. מיר האָבן אַ סך געלאַכט און הנאה געהאַט פֿון יעדן טשאָלנט, פֿון די ייִדיש־אונגאַרישע מאכלים און פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.
בײַ יוספֿן איז די ערד געווען אײַנגעבאַקן אין זײַן מהות. ער האָט אָפּגעהיט זײַן גאָרטן און פֿאַרפֿלאַנצט גרינצײַג; אָפּגעגעבן זײַן גאַנצן חוש אויף איבערצובויען ס׳הויז, פֿיטערן די הינער, און דער עיקר אויפֿן טויבנשלאַק ווו אַ שאָק מיט טויבן האָבן געוואָרקעט, געוואַרט אויף זײַן אַרויפֿקריכן אויפֿן דאַך, זײ פֿיטערן מיט זערנעס און וואַסער. זײַן לעבן האָט זיך געדרייט אַרום זײַן הויז, זײַן ערד, זײַנע עופֿות און זײַן משפּחה.
יאָ, ייִדן אין די קאַרפּאַטן אין דערפֿלעך זײַנען אַמאָל געווען צוגעפֿלאָסן צו דער ערד, לאַוו דווקא זייער ערד, צו עופֿות און בהמות אויף פֿרעמער ערד. דער עיקר זײַנען די קאַרפּאַטן־בערג געווען באַוווינט מיט ערד־ייִדן, אָבער צום באַדױערן האָבן זייער ווייניק זיך געראַטעוועט פֿון די גאַזקאַמערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.