אַלטע רעקאָרדירונגען, וווּ דער טעקסט איז קלאָר

Old Recordings Where The Lyrics Are Clearly Heard


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 09, 2017, issue of April 27, 2017.

בײַם בראשית פֿון דער רעקאָרדירונג־טעכנאָלאָגיע בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט האָט טאָמאַס לאַמבערט פֿון שיקאַגע אַנטוויקלט אַ צעלולאָיִדן צילינדער: אויף יעדן צילינדער — אַ ליד. דער קלאַנג וואָס איז אַרויס פֿון די צילינדערס איז געווען שטאַרק און קלאָר. אין זײַן קאַטאָלאָג לידער פֿון 1903 האָט ער פֿאַרפּירסומט אויך ייִדישע און העברעיִשע לידער און על־פּי נס האָבן אַ טייל פֿון די דאָזיקע ייִדישע צילינדערס — די פֿריסטע וואָס מיר פֿאַרמאָגן — זיך אָפּגעפֿונען. דער מוזיק־פֿאָרשער הענעך סאַפּאָזשניק, דירעקטאָר פֿונעם „מיירענט־אינסטיטוט פֿון ייִדישער קולטור” אין מאַדיסאָן, וויסקאָנסין, האָט לעצטנס, צוזאַמען מיט מעגאַן הענעסיי און ריטשאַרד מאַרטין, אַרויסגעגעבן די צילינדער־רעקאָרדירונגען אויף אַ קאָמפּאַקטל — “Attractive Hebrews: The Lambert Yiddish Cylinders, 1901—1905” מיט דער פֿירמע Archeophone.

אינעם באַגלייט־ביכל דערציילט סאַפּאָזשניק אַ ביסל פֿון דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און ווי אַזוי די דאָזיקע רעקאָרדירונגען פּאַסן זיך אַרײַן אין דער געשיכטע. עס זעט אויס, אַז די סאַמע ערשטע „ייִדישע” פּלאַטעס זענען צו ערשט אַרויסגעגעבן געוואָרן אין בערלין אין 1899, אָבער לאַמבערטס צילינדערס זענען געמאַכט געוואָרן באַלד נאָך דעם, און זיי נעמען אַרײַן תּפֿילות, פּאַראָדיעס און, דער עיקר, ייִדישע לידער פֿונעם טעאַטער, בפֿרט פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטעס.

די לאַמבערט־רעקאָרדירונגען זענען וויכטיק סײַ ווײַל זיי גיבן אונדז הײַנט אַן אַרײַנבליק אין דער פּאָפּולערער ייִדישער קולטור פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע אימיגראַנטן, סײַ ווײַל זיי ווײַזן אונדז אַ וויכטיקן קאַפּיטל אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם טעאַטער בכלל, דהיינו — די איבערגאַנג־תּקופֿה פֿון אַ פֿאָלקס־טעאַטער צו אַ מאַסן־טעאַטער. דאָס קען מען הערן, למשל, אין די שטימען פֿון די זינגער — טייל זינגען נאָך אין אַ פֿאָלקישן סטיל, און אַנדערע ווי קלמן יווויליר, מיט אַן אָפּערעטישן, אויסגעשולטן קול. אין געוויסע לידער הערט מען אויך קופּלעטן, וואָס דער זינגער האָט אָפֿט איבערגעגעבן דעם עולם ווי אַ זײַטיקע, קאָמישע, משמעות אַ פּריוואַטע, באַמערקונג. דער קופּלעט איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

ווער זענען די זינגערס אויף די צילינדערס? געוויסע זענען געוואָרן גאַנץ באַרימט ווי יווויליר און שלמה שמולעוויטש. אין אַנדערע האָט מען שוין לאַנג פֿאַרגעסן ווי דייוו פֿראַנקלין, וויליאַם נעמרעל און סעם רובין. סאַפּאָזשניק האָט אין דעם ביכל אָפּגעגעבן איין טייל פֿאַר די ביאָגראַפֿיעס פֿון די זינגערס, איין טייל צו שרײַבן וועגן די קאָמפּאָזיטאָרן ווי אַרנאָלד פּערלמוטער און הערמאַן וואָהל, און איין טייל וועגן די לידער און די ווערטער פֿון די לידער, סײַ געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות, סײַ די איבערזעצונג — בסך־הכּל, אַ ביכל פֿון 55 זײַטן.

און די לידער אַליין? קודם־כּל ווערט מען איבערראַשט ווי קלאָר מע קען הערן די גאָר אַלטע רעקאָרדירונגען. פֿאַר דעם קומט אַ דאַנק דעם זאַמלער פֿון די צילינדערס און מוזיק־היסטאָריקער — דאַן דזשיאָוואַני. עס איז באמת אַ פֿאַרגעניגן זיך צוצוהערן צו אַן אַלטער רעקאָרדירונג און זיך נישט באַקלאָגן, אַז מע קען נישט פֿאַרשטיין די ווערטער.

לויט מײַן געשמאַק איז דאָס ליד „לוסטיקע חסידים” געזונגען פֿון דייוו פֿראַנקלין גאָר אינטערעסאַנט. סאַפּאָזשניק שרײַבט, אַז דאָס ליד איז אפֿשר עלטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער און איך בין אין גאַנצן מסכּים. דער אינהאַלט און סטיל פֿונעם געזאַנג רופֿט אַרויס די אַמאָליקע „בראָדער זינגער” פֿונעם מיטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. דער רעפֿרען שעלט די „דײַטשן”, די משׂכּילים וואָס האָבן אָנגעהויבן זיך אָנטון ווי די מאָדערנע ייִדן אין דײַטשלאַנד. אָבער אין דער אמתן מאַכט דאָס איראָנישע ליד חוזק פֿון די דעמאָלטיקע חסידים.

אָבער די דײַטשן, ניין!
פֿירן זיך ניט אַזוי.
זיי האָבן ניט אין זינען
די ייִדישע אמונה.
זיי דאַרפֿן ניט קיינער
פֿאַררייכער זייערע ביינער!
לאַ דאַ דאַ דאַ, דאַדאַ דאַ דאַ

דער אויסערגעוויינטלעכער זינגער פֿראַנקלין, לויט סאַפּאָזשניקן, איז געבוירן געוואָרן אין 1881 אָבער איז נעלם געוואָרן פֿון דער טעאַטער־וועלט נאָך די רעקאָרדירונגען, און ווערט אַפֿילו נישט דערמאָנט אין זילבערצווײַגס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער.” דאָס אַנדערע ליד וואָס ער זינגט, „הגדה של פּסח”, אַ פּאַראָדיע פֿאַרשטייט זיך, איז אויך אַן אוצר פֿון ייִדישן פֿאָלקסהומאָר. נאָך אַ פֿײַנע פּאַראָדיע איז סעם רובינס „שפּרינצעס ליכט בענטשן” וואָס מאַכט חוזק פֿון דער תּחינה, וואָס די ווײַבער האָבן אַמאָל געזאָגט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס.

די לידער וואָס עס זינגען די מער באַקאַנטע זינגער ווי קלמן יוויליר זענען אויך אַנדערש אין די לאַמבערט צילינדערס, ווײַל די מוזיקאַלישע באַגלייטונג באַשטייט נאָר פֿון אַ פּיאַנע, אָפֿט געשפּילט ווי צימבל. דער צוהערער קען בעסער הערן דאָס קול אין פֿאַרגלײַך מיט די שפּעטערע רעקאָרדירונגען אין וועלכע אַ גאַנצער אָרקעסטער באַגלייט דעם זינגער.

די לידער פֿון “Attractive Hebrews” זענען רעקאָרדירט געוואָרן אויף דער שוועל פֿונעם אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע. דאָס קאָמפּאַקטל איז אַן אמתע אויפֿדעקונג פֿון וועלכער סײַ דער פֿאָרשער, סײַ דער פּשוטער ליבהאָבער פֿון ייִדיש וועט געניסן.

מע קען הערן אַ מוסטער פֿון דעם קאָמפּאַקטל בײַ דער פֿאַרבינדונג: //archeophone.com/catalogue/attractive-hebrews/