געבילדעטע ייִדישע העלדינס „צווישן צוויי וועלטן‟

Educated Jewish Heroines Stuck "Between Two Worlds"

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 09, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַזאַ איז דער גורל פֿון שׂרה בערג, אַ טאָכטער פֿון אַ פּראָװינציעלער סוחרישער משפּחה אין דער נאָװעלע „ניט צום רומל”. זי איז דערצױגן געװאָרן אין אַ פֿראַנצױזישן פּאַנסיאָן, אָבער װען איר פֿאָטער איז געשטאָרבן און זי איז פֿאַרבליבן אָן געלט, האָט זי געמוזט זוכן פּרנסה װי אַ פּריװאַטע לערערין. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ניט געקוקט אױף אַלע אירע טאַלאַנטן און קענטענישן, האָבן רוסישע קריסטן ניט געװאָלט צוטרױען זײערע קינדער צו אַ „זשידאָװקע”. שׂרה האָט ניט קײן אינטערעס אין ייִדישקײט, אָבער זי װיל בשום־אופֿן זיך ניט אָפּזאָגן זיך פֿון איר רעליגיע, אַפֿילו צוליב חתונה האָבן מיט אַ קריסטלעכן געליבטן.

ראַשעל כין איז געשטאָרבן שױן אין דער סאָװעטישער צײַט, און איז כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן. דער אינטערעס צו איר לעבן און שאַפֿונג איז אױפֿגעװעקט געװאָרן אין אַמעריקע מיט פֿופֿצן יאָר צוריק אַ דאַנק דעם בוך װעגן רוסיש־ייִדישע שרײַבערינס פֿון קעראָל בעלין, און זינט דעם זײַנען אַרױס אַ צאָל פּובליקאַציעס אױף רוסיש. איצט האָט מען צום ערשטן מאָל אַרױסגעגעבן אַ זאַמלבוך מיט כינס דערצײלונגען און זכרונות. ראַשעל כין איז געװען אַ מיטצײַטלערין פֿון באַרימטע רוסישע מאָדערניסטן, אָבער איר אײגענע שאַפֿונג פֿאַרבלײַבט טראַדיציאָנעל רעאַליסטיש, אינעם סטיל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. זי באַהאַנדלט די ייִדישע טעמע פֿונעם ליבעראַל־הומאַניסטישן שטאַנדפּונקט, װי אַ פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעם פֿונעם רוסישן לעבן.

גאָלדאָװסקי איז געװען אַ הצלחהדיקער מאָסקװער אַדװאָקאַט, און אין זײער שטוב האָט כין געהאַלטן אַ ליטעראַרישן סאַלאָן. דאָ האָבן זיך געטראָפֿן ליבעראַלע פּאָליטיקער, געלערנטע, יוריסטן און ליטעראַטן, קריסטן און ייִדן. מען האָט רעציטירט נײַע לידער, געשפּילט מוזיק און אַרומגערעדט פּאָליטישע פּראָבלעמען. כינס סאַמע דרײסטער ליטעראַריש־פּאָליטישער אױפֿטו איז געװען די דראַמע „יורשים”, װאָס איז אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין מאָסקװער „מאַלי טעאַטער” אין 1911. די צעטנראַלע פֿיגור פֿון דער דראַמע איז אַן עלטערער געשמדטער גבֿיר פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס האַלט בײַם שטאַרבן. די אינטריגע דרײט זיך אַרום זײַן ירושה. די יורשים זײַנען פֿאַרשידענע גלידער פֿון זײַן משפּחה. אײניקע פֿון זײ געהערן צו דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע, װאָס האָבן פֿײַנט ייִדן אָבער האָבן ליב זײער געלט. די סאַטירישע שילדערונג פֿון דעם רוסישן אַדל האָט אַרויסגערופֿן כּעס בײַ די נאַציאָנאַליסטישע רוסישער קריטיקער, װאָס האָבן דערזען אין „יורשים” „גאָטלאָזיקײט, מאַכטלאָזיקײט און קאָסמאָפּאָליטיזם”. עס האָט זיך אױסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל, און מען האָט אַראָפּגענומען די פּיעסע פֿון דער בינע פֿאַרן האָבן “באַלײדיקט די רוסישע אַריסטאָקראַטיע”.

סטיליסטיש געהערט כינס ליטעראַרישע ירושה צו דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, אָבער די פּראָבלעמאַטיק פֿון אירע װערק, מיט זײער בולטער ליבעראַלער אידעאָלאָגיע, רעליגיעזער טאָלעראַנץ און הומאַניסטישער שטימונג, װערט װידער אַקטועל אין אונדזער צײַט, סײַ אין רוסלאַנד און סײַ מחוץ.