ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 07, 2017, issue of April 27, 2017.

װאַרשעװער מיטלידער פֿון „השומר הצעיר” נעמען אָנטייל אין יערלעכער שומרים־אַקאַדעמיע

די לינקע ציוניסטישע יוגנט באַוועגונג „השומר הצעיר” אָרגאַניזירט „מסעות”, דהיינו נסיעות קיין פּוילן. יונגע שומרים פֿון אַמעריקע, ישראל און אייראָפּע קומען אויף אַ וואָך קיין פּוילן, באַזוכן דעם אוישוויץ מוזיי, לערנען זיך וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן און וועגן דער געשיכטע פֿון דער אייגענער באַוועגונג אויף פּוילישער ערד.

די אַזוי גערופֿענע „מדריכים” דיסקוטירן מיט די יוגנטלעכע די נאַציאָנאלע און מאָראַלישע דילעמעס וואָס די ייִדן בכלל און די פּוילישע ייִדן בפֿרט האָבן געמוזט קאָנפֿראָנטירן פֿאַר, בשעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

זיי באַקענען זיך מיטן העראָיִשן קאַמף פֿון די פּויליש־ייִדישע יוגנט־באַוועגונגען קעגן די נאַציס. ווי באַקאַנט איז מרדכי אַנעלעוויטש, אַ יונגער שומר, געשטאַנען בראש פֿונעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ.

אויפֿן לעצטן טאָג פֿון זייער הײַ־יאָריקער נסיעה האָבן זיך די יונגע שומרים פֿאַרזאַמלט אויפֿן אָרט פֿונעם בונקער אויף דער מילאַ גאַס אין וואַרשע, וווּ די ייִדישע אויפֿשטענדלערס האָבן געפֿירט אַ העראָיִשן קאַמף קעגן די דײַטשן.

הײַ־יאָר האָבן אָנטייל גענומען אין דער שומרים־אַקאַדעמיע אויך די יונגע וואַרשעווער שומרים. ווי מיר האָבן שוין פֿריִער איבערגעגעבן האָט די באַוועגונג באַנײַט איר אַזוי גערופֿענעם „קן” אָדער נעסט אין וואַרשע נאָך אַן איבעררײַס פֿון 65 יאָר.

צו דער שיינער צערעמאָניע זענען געקומען די יונגע שומרים מיט זייערע נאַציאָנאַלע פֿענער. אַז איך האָב נישט קיין טעות האָבן נאָר די אַמעריקאַנער נישט געהאַט זייער נאַציאָנאַלע פֿאָן מיט זיך.

מיט וואָס איז די אַמעריקאַנער פֿאָן ערגער פֿון דער בעלגישער אָדער דער עסטרײַכישער פֿאָן? ווי סע זאָל נישט זײַן האָט אַמעריקע, נישט בעלגיע און נישט עסטרײַך, באַפֿרײַט מערב־אייראָפּע פֿון די נאַציס…


נאָך נישטאָ קיין דעמאָנסטראַציעס קעגן סירישן כעמישן אַטאַק

די וואָך בין איך געווען בײַ אַ פֿרײַנד וואָס וווינט אין אַ שיינער ווילע דאָ אין וואַרשע.

וואָס שטייט לעבן זײַן הויז? די חנעוודיקע ווילע פֿון דער סירישער אַמבאַסאַדע. צו מײַן דערשטוינונג, בײַ דער סירישער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע, אין שטאַרקן קעגנזאַץ צו דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, שטייט נישט קיין וואַך. קיין מויער איז אויכעט נישטאָ. ווי קומט עס? ווײַל מען דאַרף זיי נישט.

שוין זעקס יאָר וואָס די סירישע רעגירונג פֿירט אןַ אומברחמנותדיקע מלחמה קעגן דער אייגענער באַפֿעלקערונג און קיינער אין וואַרשע פּּראָטעסטירט נישט. קיין שום סטודענטן מיט קיין שום אַראַפטקעס (די אַראַבישע שוואַרץ־ווײַסע שאַליקלעך) שטייען נישט מיט קיין שום טראַנספּאַראַנטן פֿאַרן טויער פֿון דער עלעגאַנטער אַמבאַסאַדע.

ס’איז פּתח שין שאַ!

זײַט וויסן אַז ווען ישׂראל האָט געקעמפֿט קעגן דעם כאַמאַס האָט אין אייראָפּע בכלל און אין פּוילן בפֿרט שיִער נישט געהערשט אַן ערבֿ־פּאָגראָם אַטמאָספֿער. די מעדיאַ, די סטודענטן, די מוסרניקעס, ווער סע האָט נאָר מויל, הענט און פֿיס האָבן פּראָטעסטירט און אַפֿילו געסטראַשעט די ייִדישע מדינה, און פֿאַרוואָס נישט — די ייִדן אויך. איבעראַל זענען געווען אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס. אַפֿילו אינעם ייִדישן טעאַטער האָב איך געהערט שאַרפֿע קריטיק מצד די פּוילישע קאָלעגן. פֿאַרשטייט זיך אַז לויטן אַלטן כּלל וואָס איז נוהג לגבי אונדז ייִדן, האָבן זיי מיך געהאַלטן פּערזענלעך פֿאַראַטנוואָרטלעך פֿאַרן טויט פֿון אַראַבישע קינדער. אַגבֿ, ווען דער פֿיר־יאָריקער דניאל טרעגערמאַן פֿון קיבוץ נחל־עוז לעבן עזה איז דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ כאַמאַס ראַקעטע האָט עס מסתּמא קיינעם אין אייראָפּע ניט געאַרט, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

אין פּוילן ווי איבעראַל אויף דער וועלט זעט מען די וואָך בילדער פון די פֿאַרגאַזטע סירישע קינדער. די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ” שרײַבט אַז זיי זענען קרבנות פֿון דעם גאַז סאַרין. שולדיק איז דער גאַז און שוין. דאָס הייסט, דער טיטל דערמאָנט די קרבנות, אָבער נישט וועמענס קרבנות זיי זענען.

פֿאַרשטייט זיך אַז אין גאַנצן אנדערש וואָלט עס געווען ווען ישראל וואָלט געטאָן אַזעלעכע מיאוסע מעשׂים.

נישט נאָר די ישׂרלאדיקע דיפּלאָמאַטן, סתּם ייִדן וואָלטן דעמאָלט מורא געהאַט אַפֿילו צו גיין אויף דער גאַס.

די סיריער, ווי מען זאָגט עס אין אַמעריקע, „באַדערט״ מען נישט.

אייראָפּע, הייסט עס, האָט יאָ אַ געוויסן. נאָר וואָס זשע? ס’איז זייער סעלעקטיוו.