דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿון דער חרדישער אָרגאַניזאַציע „אַגודת־ישׂראל‟ האָט דערלאַנגט אַ שריפֿטלעכע אַרגומענטאַציע לטובֿת אַ ניו־יאָרקער געזעץ וואָס פֿאַרווערט מענטשן צו העלפֿן אַ פּאַציענט וועלכער וויל באַגיין אַליינמאָרד. דאָס געזעץ ווערט אַרויסגעפֿאָדערט אינעם העכסטן געריכט פֿונעם שטאַט.
די חרדישע גרופּע האָט דערלאַנגט אַן אַמיקוס־דאָקומענט [אַ דערקלערונג פֿאַר וואָס זי שטיצט דעם בעל־מישפּט] אינעם יורידישן ענין „מײַערס קעגן שנײַדערמאַן“, וואָס מע וועט אָנהייבן טענהן אינעם אַפּעליר־געריכט אָנהייבנדיק דעם 30סטן מײַ.
עס זענען דאָ אַ צאָל אָנקלאָגער אין דעם מישפּט: די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע „ברירות בײַם סוף לעבן — ניו־יאָרק‟ (End of Life Choices - New York); איר קלינישער דירעקטאָר; דרײַ שטאַרק קראַנקע פּאַציענטן וואָס מע קען שוין נישט אויסהיילן, און פֿיר דאָקטוירים. זיי טענהן אַז דאָקטוירים האָבן דאָס רעכט צוצושטעלן מעדיקאַמענטן צו פּאַציענטן וואָס זענען בײַ די קלאָרע געדאַנקען, אָבער זענען שוין טויט קראַנק און ווילן שטאַרבן. דער הויפּט־אָנקלאָגער, שׂרה מײַערס, איז ניפֿטר געוואָרן אין 2016 נאָך אַ זעקסיאָריקן געראַנגל מיט דער קרענק איי־על־עס.
די „אַגודה‟ האָט אין איר אַמיקוס־דאָקומענט ציטירט אַנדערע פֿאַלן וועלכע זי האָט באַהאַנדלט דורך איר פּראָיעקט „חיים אַרוכים“, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט סוף־לעבן־ענינים.
לויט דער אַרגומענטאַציע — וואָס ווערט ציטירט אין דער פּובליקאַציע „ישיבֿה־וועלטנײַעס“ — האָבן די געזונט־אַנשטאַלטן אין אַ גרויסער צאָל פֿאַלן „זיך פּשוט אָפּגעזאָגט צוצושטעלן די באַהאַנדלונג וואָס דער פּאַציענט אָדער זײַן פֿאַרטרעטער האָבן פֿאַרלאַנגט, טענהנדיק אַז דער ׳לעבנס־נחת׳ בײַם פּאַציענט איז שוין אַזוי נידעריק אַז ס׳איז נישטאָ קיין שׂכלדיקע סיבה ממשיך צו זײַן די באַהאַנדלונג“.
„אויף וויפֿל מיר זעען האָבן די געזונט־אַנשטאַלטן ממש אָפּגעשטעלט די נערונג, די הידרירונג, דאָס געבן מעדיקאַמענטן און אַנדערע מיטלען אָנצוהאַלטן דעם פּאַציענט בײַם לעבן, נישט־געקוקט אויף די שטאַרקע פּראָטעסטן פֿון די פֿאַרטרעטערס פֿון די פּאַציענטן, און קעגן די בפֿירושע פֿאַרלאַנגען פֿונעם פּאַציענט אַליין.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.