די ייִדן אין בעלגיע האָבן שאַרף פּראָטעסטירט דעם איין־זײַטיקן באַשלוס מצד דער רעגירונג פֿון דער שטאָט אַנטווערפּן צו שטעלן אין אַן אַנדער אָרט דעם הויפּט חורבן־אָנדענק־מאָנומענט. מע פּלאַנירט אַריבערצופֿירן דעם דענקמאָל פֿונעם אָרט, פֿון וואַנען מע האָט דעפּאָרטירט די אַנטווערפּער ייִדן, אין אַן אַנדער אָרט, וואָס „איז שטילער‟ און האָט ווייניקער טראַפֿיק.
דער „פֿאָרום פֿאַר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אינעם פֿלעמישן ראַיאָן‟ האָט אויסגעדריט זײַן אומצופֿרידנקייט מיטן פּלאַן, איבערגעבנדיק, אַז די ייִדישע קהילה האָט זיך בלויז דערוווּסט וועגן דעם פּלאַן נאָכן הערן וועגן אים דורך דער מעדיע.
דער בירגערמײַסטער פֿונעם ראַיאָן, פּאָל קאָרדי, האָט געזאָגט דער צײַטונג Gazet van Antwerpen, אַז דאָס נײַע אָרט, וואָס געפֿינט זיך אויף דער אַנדערער זײַט שטאָט, איז „שטילער‟. דערפֿאַר האָט קאָרדי צוגעגעבן, וועט די יערלעכע חורבן חזכּרה־צערעמאָניע לעבן דעם דענקמאָל „ווייניקער שטערן דעם טראַפֿיק.‟ דער בירגערמײַסטער האָט צוגעגעבן, אַז דער נײַער לאָקאַל איז נעענטער צום היסטאָרישן צענטער פֿון דער שטאָט.
דער „פֿאָרום פֿאַר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אינעם פֿלעמישן ראַיאָן‟, מיט וועמען די שטאָטישע רעגירונג האָט בכלל ניט געהאַלטן קיין עצה איידער מע האָט געמאַכט דעם באַשלוס, האַלט אַז דער נײַער לאָקאַל איז „מינערווערטיק‟ צום איצטיקן, ווײַל ער האָט ניט קיין שום שײַכות צו דער אָרטיקער חורבן־געשיכטע. דער מאָנומענט געפֿינט זיך איצט אויפֿן אָרט, וווּ די דײַטשן, בײַנאַנד מיט דער בעלגישער פּאָליציי, האָבן צוזאַמענגעטריבן די ייִדן איידער מע האָט זיי פֿאַרשיקט אין די טויט־לאַגערן.
„דער דענקמאָל דינט ווי אַ מצבֿה פֿאַר טויזנטער ייִדן וועמען מע האָט דעפּאָרטירט און אומגעבראַכט אָן דעם, אַז מע זאָל זיי ברענגען צו קבֿר־ישׂראל,‟ האָט געזאָגט דער פֿאָרום אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע. דאָס אַריבערפֿירן דעם מאָנומענט אין אַ נײַעם אָרט, „וואָס האָט ניט קיין היסטאָרישער שײַכות צום חורבן וואָלט גורם געווען, אַז דער דענקמאָל זאָל פֿאַרלירן זײַן היסטאָרישן, עמאָציאָנעלן און דערציִערישן באַטײַט.‟
מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם דענקמאָל אויפֿן איצטיקן אָרט מיט 20 יאָר צוריק אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער ייִדישער קהילה. זינט דעמאָלט האָבן די אויטאָריטעטן דראַסטיש געשטאַרקט די זיכערהייט־מיטלען לעבן די ייִדישע אינסטיטוציעס און פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכנט די יערלעכ חורבן אָנדענק־צערעמאָניע. די דאָזיקע זיכערהייט־מיטלען שטערן יעדן יאָר דעם טראַפֿיק אינעם געגנט לעבן דעם מאָנומענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.