אַ גוטן מועד! ס’איז מיר אַ גרױסער כּבֿוד, װאָס דוד פֿישמאַן האָט מיך פֿאַרבעטן צו רעדן װעגן זײַן טאַטן, דעם חשובֿן לינגװיסט שיקל פֿישמאַן.
צום גרױסן באַדױערן האָב איך פּראָפֿעסאָר פֿישמאַן פּערזענלעך נישט געקענט. מיר האָבן זיך אײן מאָל דורכגעשריבן װען איך בין נאָך געװען אַ ביזגראַדויִר־סטודענט אין סטענפֿאָרד, װוּ מײַן אַקאַדעמישער בעל־יועץ אין דעם לינגװיסטישן אָפּטײל, דזשאָן ריקפֿאָרד, איז געװען פֿישמאַנס אַ נאָענטער קאָלעגע. היות װי אַנדערע בײַ דעם רונדן טיש האָבן געהאַט נאָענטע באַציִונגען מיט פֿישמאַנען און קענען דערצײלן פֿון זײערע אײגענע זכרונות, װעל איך זיך הײַנט באַנוגענען נאָר מיט עטלעכע באַמערקונגען און אָפּשאַצװערטער װעגן פֿישמאַנען װי אַ סאָציאָלינגװיסט.
אַז מע קלאַפּט אַרײַן אין גוגל די פֿראַזע „founder of sociolinguistics“ [גרינדער פֿון סאָציאָלינגװיסטיק] באַקומט זיך אײן קלאָרער ענטפֿער: װיליאַם לאַבאָװ. בשעת נועם כאָמסקי און זײַנע חסידים האָבן אין די 1960ער יאָרן פֿאָרמולירט אַן אַבסטראַקטע טעאָריע פֿון דער גראַמאַטיק — אַ כּללים־סיסטעם װאָס טאָלערירט נישט קײן אױסנאַמען — האָט װיליאַם לאַבאָװ דער ערשטער געטענהט, אַז װאַריאַציע איז אַ װיכטיקער קאָמפּאָנענט פֿון דער גראַמאַטיק, און אַז די לינגװיסטיק דאַרף זיך מיט דעם פֿאַרנעמען. אױב אַן ענגליש־רעדער זאָגט „’He runnin“ װען ער רעדט מיט אַ חבֿר, און „He’s running“ װען ער רעדט מיט אַ לערער איז דאָס אַ באַװײַז אַז זײַן גראַמאַטיק טאָלערירט בײדע װאַריאַנטן, און אַז דאָס װאָס איז „גראַמאַטיש“ װענדט זיך אין דעם סאָציאַלן קאָנטעקסט פֿונעם שמועס. כּדי עמפּיריש צו שטודירן די גראַמאַטיק דאַרף מען זיצן און רעדן מיט מענטשן, רעקאָרדירן די שמועסן און אַנאַליזירן סיסטעמאַטיש און סטאַטיסטיש די װאַריאַבלען אין זײער שפּראַך.
אין אַלע לינגװיסטישע אָפּטײלן װוּ מע לערנט הײַנט די סאָציאָלינגװיסטיק גײט מען אין די דרכים פֿון װיליאַם לאַבאָװ. דאָס דערמאָן איך נישט, חלילה, צו פֿאַרמינערן די ראָלע װאָס פֿישמאַנס אַרבעט שפּילט הײַנט אין דער סאָציאָלינגװיסטיק. ער איז אָנערקענט װי דער גרינדער און הױפּט־טעאָרעטיקער פֿון דער סאָציאָלאָגיע פֿון שפּראַך, און מע לײענט אים אין דער ערשטער װאָך פֿון „סאָציאָלינגװיסטיק“, אַ מוז־לימוד פֿאַר אַלע דאָקטאָראַנטן אין מײַן אָפּטײל. איך האַלט אָבער אַז ס’איז כּדאַי צו פֿאַרשטײן דעם אינטעלעקטועלן קאָנטעקסט אין װעלכן די הײַנטיקע דאָקטאָראַנטן פֿון לינגװיסטיק װערן אױסגעשולט און אין װעלכן מיר לײענען און שאַצן אָפּ פֿישמאַנס װערק.
אױב לאַבאָװס צוגאַנג צו דער סאָציאָלינגװיסטיק גײט אין קלײנינקע דעטאַלן פֿון דער גראַמאַטיק — װי מיט אַ מיקראָסקאָפּ — קען מען זאָגן אַז פֿישמאַנס צוגאַנג צו דער שפּראַכפֿאָרשונג איז געװען מער טעלעסקאָפּיש. אים האָבן פֿאַראינטערעסירט אַזעלכע גרױסע שפּראַכפּראָבלעמען װי: פֿילשפּראַכיקײט אין דער געזעלשאַפֿט, די שפּראַך־פּלאַנירונג און שפּראַך־נאָרמירונג, צװײשפּראַכיקע דערציִונג און אָפֿיציעלע אָנערקענונג פֿאַר שפּראַכיקע מינאָריטעטן. אים האָט זײער פֿאַראינטערעסירט װי אַזױ שפּראַכיקע מינאָריטעטן באַציִען זיך צו זײערע מוטערשפּראַכן, און װי אַזױ גרעסערע סאָציאַלע געשעענישן (למשל, דער אױפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם, אימיגראַציע און מיגראַציע, דער קאָנטאַקט צװישן פֿעלקער און לענדער) װירקן אױפֿן שפּראַכיקן באַװוּסטזײַן פֿון מינאָריטעטן. צוליב זײַנע װיכטיקע פֿאָרשונגען װעגן דעם גורל פֿון אַזױ גערופֿענע „קלײנע“ שפּראַכן אַרום דער װעלט, און װי אַזױ מע קען באַקעמפֿן דעם אונטערגאַנג פֿון אָט די שפּראַכן, איז פֿישמאַן געװאָרן אַ גרױסער בעל־השפּעה, אױב נישט דער גרעסטער, בײַ אַלע װאָס אַרבעטן מיט לײַב־און־לעבן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון זײערע שפּראַכן.
אױף מײַן אײגענער פֿאָרשונג איז שיקל פֿישמאַנס השפּעה אין־לשער. מײַן דיסערטאַציע װעט אי”ה זײַן אַ פֿאַרגלײַכיקער אַנאַליז פֿונעם חסידישן ייִדיש מיטן ייִדישיסטישן ייִדיש. שיקל פֿישמאַן האָט, דאַכט זיך, דער ערשטער פֿאָרױסגעזען אַז ייִדיש װעט האָבן אַ קיום װי אַ לעבעדיקע שפּראַך נאָר בײַ איבערגעגעבענע װעלטלעכע ייִדישיסטן און בײַ חרדים. דאָס האָט ער געשריבן (אױף ענגליש) אין 1965 אין זײַן גרױסער אַרבעט „ייִדיש אין אַמעריקע: סאָציאָלינגװיסטישע באַשרײַבונג און אַנאַליז“.
כאָטש די צאָל ייִדיש־קענערס אין װעלטלעכע ייִדישע קרײַזן איז זינט דעמאָלט שטאַרק געפֿאַלן, קען מען זאָגן אַז פֿישמאַנס אײַנטײלונג פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן ציבור איז געװען אַ ריכטיקע. הײַנט זענען פֿאַראַן צװײ באַזונדערע, זעלבשטענדיקע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות, װאָס האָבן אַזױ װײניק קאָנטאַקט אײנע מיט דער צװײטער אַז זײערע שפּראַכן זענען זיך צום טײל פֿונאַנדערגעגאַנגען, האָבן זיך אַנטװיקלט אױף צװײ באַזונדערע דרכים.
מײַן ערשטער ציל אין דער דיסערטאַציע איז אָנצוּװײַזן אױף די אַנדערשקײטן אין זײערע ייִדיש־לשונות (לאַװ־דװקא אינעם װאָקאַבולאַר, נאָר פֿאָנעטישע און סינטאַקטישע אַנדערשקײטן). דער צװײטער ציל איז צו פּרוּװן פֿאַרשטײן װי אַזױ די שפּראַכיקע אַנדערשקײטן שפּיגלען אָפּ אידעאָלאָגישע און געזעלשאַפֿטלעכע אַנדערשקײטן צװישן די ייִדישיסטן און די חסידים. מעטאָדאָלאָגיש איז די דיסערטאַציע אין גײַסט פֿון לאַבאָװיאַנער סאָציאָלינגװיסטיק; טעמאַטיש איז זי אָבער ענג פֿאַרבונדן מיט שיקל פֿישמאַנס לעבנסװערק.
פֿאַר אַ יאָרן האָב איך אָנגעשריבן און פֿאַרטײדיקט אַ קװאַליפֿיציר־אַרבעט פֿאַרן דאָקטאָראַט װעגן דער ייִדישער פֿאָנעטיק. פֿאַר דער פֿאַרטײדיקונג האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַן פּראָפֿעסאָרשע רענע בלײק, אַ סאָציאָלינגװיסטקע און אַ פֿאָרשערין פֿון דעם אַפֿראָאַמעריקאַנער דיאַלעקט. זי האָט מיך געפֿרעגט, צי איך װאָלט נישט געקענט פֿאַרברײטערן די טעמע אַ ביסל, אַז לינגװיסטן װאָס װײסן גאָרנישט פֿון ייִדיש זאָלן קענען פֿאַרשטײן די װערט פֿון מײַן אַרבעט. איך האָב געזאָגט אַז איך קען זיכער דערמאָנען אַנדערע מינאָריטעטן־גרופּעס װאָס האָבן באַװיזן אױפֿצוהאַלטן זײערע שפּראַכן. נישט דאָס איז זי אױסן געװען. זי האָט מיר געעצהט, איך זאָל זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעאָריע פֿון שפּראַך און עטנישקײט, און אָנהײבן זאָל איך מיט אַ קאַפּיטל פֿון שיקל פֿישמאַנס בוך „Language and Ethnicity in Minority Sociolinguistic Perspective“. הײסט עס, כּדי אַז אַנדערע זאָלן פֿאַרשטײן די װיכטיקײט פֿון מײַן אַרבעט װעגן ייִדיש זאָל איך ציטירן מער, און נישט װײניקער, פֿון שיקל פֿישמאַן.
איך װיל דאָ פֿאַרענדיקן מיטן פֿירלײענען אַ ציטאַט פֿון פּראָפֿעסאָר דניאל קאַופֿמאַן, אַ פֿאָרשער פֿון די אױסטראָנעזישע שפּראַכן װאָס פֿירט אָן מיט דער „אַליאַנץ פֿאַר אָפּגעשװאַכטע שפּראַכן“. באַלד נאָך פּראָפֿעסאָר פֿישמאַנס פּטירה האָב איך געבעטן בײַ עטלעכע אָנגעזעענע ייִדישע לינגװיסטן, זײ זאָלן מיר שיקן קורצע אָפּשאַצונגען װעגן פֿישמאַנען פֿאַר אַן אַרטיקל מײַנעם אין „פֿאָרװערטס“. געענטפֿערט האָבן רחמיאל פּעלץ, מרים אײַזיקס, לויִס גלינערט און אַנדערע. פּראָפֿעסאָר קאַופֿמאַן דערקלערט זײער גוט פֿאַר װאָס מע געדענקט פֿישמאַנען, נישט נאָר װי אַ ייִדישיסט און אַ לינגװיסט, אָבער אױך װי אַ שפּראַך־אַקטיװיסט און אַ קעמפֿער פֿאַר אונטערגעדריקטע פֿעלקער. אָט זענען דניאל קאַופֿמאַנס ווערטער:
„איך בין זיכער, אַז די אַנדערע לינגװיסטן װעלן אַרומרעדן דאָס חשיבֿות פֿון פֿישמאַנס אַרבעט פֿאַר ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך. איך האַלט אָבער, אַז זײַן שטענדיקע אַרבעט לטובֿת די לשונות, װאָס זענען דװקא נישט געװען „זײַנע‟, איז נאָך מער צו באַװוּנדערן. בשעת די מערסטע ייִדישע אינטעליגענטן האָבן זיך אָפּגעגעבן בלױז מיט ייִדישע פּראָבלעמען, איז פֿישמאַן געװען בכּוח צו קעמפֿן פֿאַר מענטשנרעכט פֿאַר דעם אירלענדער, מאַאָרי, האַװאַיער, נאַװאַהאָ, צװישן אַנדערע. די טראַדיציאָנעלקײט, װאָס איז געװען דער יסוד פֿון זײַן לעבנס־שטײגער, האָט אים נישט באַגרענעצט, נאָר פֿאַרקערט: אים געגעבן דעם אימפּולס װײַטער צו פֿאַרטײדיקן אַלע אונטערגעדריקטע פֿעלקער, װאָס האָבן געהאַלטן אין פֿאַרלירן זײערע שפּראַכן.
זײַן בוך Reversing Language Shift [צוריק צו די מוטערשפּראַכן], װאָס איז אַרױס אין 1991 האָט שטאַרק משפּיע געװען אױף פֿאַרשידענע שפּראַך־באַװעגונגען איבער דער װעלט, און האָט אינספּירירט אַ גאַנצן דור צו קעמפֿן פֿאַר ממשותדיקער שפּראַך־אױפֿלעבונג, נישט בלױז צו באַנוגענען זיך מיט מינימאַלער, סימבאָלישער אָנערקענונג. איך האָב אַלײן געזען, אַז אַפֿילו אין זײַנע שפּעטערדיקע יאָרן האָט ער װײַטער באַגײַסטערט מאַאָרי־אַקטיװיסטן אױפֿצוהאַלטן זײער קאַמף פֿאַר רעכט. אין 2012 האָט אים דער נאַציאָנאַלער מאַאָרי־שפּראַך־אינסטיטוט „טע איפּוקאַרעאַ‟ באַערט מיט אַ צערעמאָניע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם לאַנדישן מוזײ פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער אין מאַנהעטן. פֿאַר מײַנע אױגן האָט דאָס אױפֿגעװיזן די װיכטיקײט פֿון פֿישמאַנס אױפֿטוען, אַ סך מער װי די לױבװערטער פֿון זײַנע ייִדישיסטישע אָנהענגערס. פֿיל מענטשן װאָלטן גערן פֿאַרטײדיקט די אײגענע קולטור, אָבער סע פֿאָדערט שױן אַ סך מער, אַז אַן אַשכּנזישער ייִד אַן אָרטאָדאָקס פֿון פֿילאַדעלפֿיע זאָל קעמפֿן פֿאַר אַ קלײנער שפּראַך אין נײַ־זעלאַנד, צװישן אַנדערע. הײַנט זאָגן מיר קדיש נאָך פֿישמאַנען, אַ מענטש, װאָס האָט אַ גאַנץ לעּבן געהאָרעװעט, כּדי מיר זאָלן נישט דאַרפֿן טרױערן איבער נאָך אַ פֿאַרלױרענער שפּראַך, נאָך אַ פֿאַרלױרענער אידענטיטעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.