ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די הויפּט־קוראַטאָרין בײַם „פּולין־מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן‟, איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ מיטגליד אין דער פּרעסטיזשיקער „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון קונסטן און וויסנשאַפֿטן‟. אַנדערע פּרעמירטע מיטגלידער פֿון דער אַקאַדעמיע נעמען אַרײַן די יחידי־סגולה פֿון פֿאַרשידענע פֿעלדער, למשל, בענדזשאַמין פֿרענקלין, אַלבערט אײַנשטיין, אַקיראַ קוראָסאַוואַ און נעלסאָן מאַנדעלאַ.
די אַקאַדעמיע, פֿאַרלייגט אין 1780, שטעלט פֿאַר איר ציל דאָס קולטיווירן יעדע קונסט און וויסנשאַפֿט וואָס קער העכערן דעם אינטערעס, כּבֿוד, חשיבֿות און פֿרייד פֿון אַ פֿרײַ און אומאָפּהענגיק לאַנד.
ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, אַ געבוירענע אין טאָראָנטע אין 1942, אַ טאָכטער פֿון פּויליש־ייִדישע אימיגראַנטן (די מאַמע פֿון בריסק־ליטעווסק, דער טאַטע פֿון אַפּט), איז אַ מומחה פֿון בינעקונסטן און ייִדישע שטודיעס אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. זי איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר אירע צווישנפֿעלדיקע צושטײַערס צו ייִדישע שטודיעס און צו דער טעאָריע און געשיכטע פֿון מוזייען, טוריזם און קולטור־ירושה.
קינדווײַז האָט זי זיך געלערנט אין די קאַנאַדער עפֿנטלעכע שולן, ווי אויך אין די פֿאַרבאַנד־ און פּרץ־שולן. זי האָט געקריגן אַ מאַגיסטער אין ענגלישער ליטעראַטור בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, און דעם דאָקטאָראַט פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט שטודירט פֿאָלקלאָר, אַנטראָפּאָלאָגיע, עטנאָמוזיקאָלאָגיע און סאָציאָלינגוויסטיק מיטן חשובֿן פֿאָלקלאָריסט ריטשאַרד דאָרסאָן.
זי האָט ביז איצט געדינט אויך ווי אַ רעדאַקטאָרשע בײַ אָן אַ שיעור זשורנאַלן פֿאַרבונדענע מיט אַזוינע טעמעס.
זי איז אויך די מחברטע פֿון צענדליקער ביכער, אַרײַנגערעכנט (אין איינעם מיט לוציאַן דאָבראָשיצקי) Image before My Eyes: A Photographic History of Jewish Life in Poland, 1864–1939. פֿון דעם אָ בוך האָט מען סײַ אַדורכגעפֿירט אַ היסטאָרישע אויסשטעלונג מצד דעם ייִוואָ אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי סײַ געמאַכט דערפֿון אַ דאָקומענטאַר.
די אָפֿיציעלע גאַלאַ־פֿײַערונג אַרײַנצונעמען נײַע מיטגלידער אין דער אַקאַדעמיע וועט פֿירקומען דעם 7טן אָקטאָבער, 2017 אין קיימברידזש, מאַסאַטשוסעטס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.