בילד פֿון חסידיש פּאָרל און מוסולמענישער פֿרוי כאַפּט זיך גיך אָן

Photo of Hasidic Couple and Muslim Woman Goes Viral

Facebook

פֿון דניאל דזשיי סאָלאָמאָן (Forward)

Published April 21, 2017, issue of April 27, 2017.

די ניו־יאָרקער אונטערבאַן איז לאַוו־דווקא אַ שיין אָרט אַראָפּצונעמען בילדער. אָבער אַ פֿאָטאָגראַפֿיע וואָס מע האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק אַראָפּגעכאַפּט פֿון דער „עף“־באַן, איז די וואָך געוואָרן ממש אַ סימבאָל פֿון שלום־בית צווישן מוסולמענער, ייִדן און טאַאָיִסטן, נאָך דעם וואָס דזשעקי סאָמערס, אַ ניו־יאָרקער אײַנוווינער, האָט עס אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ און עס האָט זיך בליץ־גיך אָנגעכאַפּט.

ביז מיטוואָך האָט מען דאָס בילד שוין איבערגעמאָלדן מער ווי 62,000 מאָל, און מער ווי 81,000 מענטשן האָבן עס געהאַט געלײַקט.

אַ טאַאָיִסט (דער פֿאָטאָגראַף פֿונעם בילד) האָט פּאַסכע־זונטיק אויפֿגעגעבן זײַן זיץ אויף דער באַן כּדי אַ חסידיש פּאָרפֿאָלק זאָל קענען זיצן אין איינעם. גלײַך נאָך דעם האָט דאָס פּאָרל זיך נעענטער צונויפֿגערוקט כּדי אַ מוסולמענישע מאַמע זאָל קענען זיצן און האָדעווען איר פּיצל.

„אָט דאָס הייסט מײַן אַמעריקע“, האָט ער געשריבן, „אַ מענטש לאָזט אַ צווייטן מענטש זיך אויסלעבן אויף זײַן אייגענעם שטייגער“.

קאָמענטירערס האָבן קאָנסטאַטירט, אַז דאָס איז אַ סימן פֿונעם ווײַטערדיקן כּוח פֿון פֿאַרשיידן־מיניקייט און טאָלעראַנץ אין דער טראָמפּ־תּקופֿה. „אָט דאָס מאַכט אַמעריקע מעכטיק“, האָט איינער געשריבן אויף פֿייסבוק, „די לעצטע טעג ראַנגל איך זיך צו געפֿינען אַ קוואַל פֿון גוטע געפֿילן וועגן אַמעריקע. אַ דאַנק פֿאַרן אומקערן מיר הײַנט אַ קאַפּעלע פֿון מײַן גלויבן אין דער מענטשהייט“.