מע זאָגט אַז עס זענען דאָ זאַכן, וואָס מע טאָר נישט אָפּלאַכן דערפֿון; אַז ס׳איז בעסער זיך נישט פֿאַרפּלאָנטערן מיט באַליידיקן אַ געוויסן מענטשן אָדער גרופּע. אָבער וואָס קען מען טאָן אַז דווקא דער בעסטער מיטל צו פֿאַרגרינגערן דאָס געמיט קומט דווקא דורכן לאַכן פֿון די סאַמע סענסעטיווע טעמעס? אָדער זאָל מען דעם אויבן דערמאָנטן פּרינציפּ אָננעמען אָן קיין שום באַגרענוצענגען? צי מעג מען לאַכן פֿון אַלצדינג, אַפֿילו פֿון אַ גענאָציד?
דאָס פּסיכאָלאָגישע באַדערפֿעניש אַרויסצולאָזן אַ געלעכטער כּדי צו פֿאַרלײַכטערן דעם דריק־און־שטיק פֿונעם לעבנס שווערסטע סוגיות, איז די הויפּטטעמע פֿונעם נײַעם דאָקומענטאַר The Last Laugh [דאָס לעצטע געלעכטער]. און בפֿרט — מיט דער טעמע פֿון הומאָר און דעם חורבן.
אַ טייל מענטשן וועלן גלײַך ענטפֿערן דערויף, אַז ס׳איז אומדערטרעגלעך צו געפֿינען הומאָר אין דער ערגסטער און בלוטיקסטער טראַגעדיע אין דער וועלט־געשיכטע. מע דאַרף אָבער געדענקען אַז דער קולטורעלער זכּרון פֿון דעם חורבן, האָט נישט נאָר פּראָדוצירט דעם פֿילם „שינדלערס ליסטע‟, נאָר אויך ראָבערטאָ בעניניס קאָמעדיע The Beautiful Life [דאָס שיינע לעבן].
איידער מע הייבט אָן ווערן צו סענסעטיוו, מעג מען זיך אָפּלערנען אַ משל פֿון דעם וויץ:
צוויי ייִדן האָבן אויסגעטראַכט אַ פּלאַן צו הרגענען היטלערן. זיי האָבן געוווּסט אַז ער פֿאָרט יעדן טאָג פֿאַרבײַ, אַרום מיטאָגצײַט, אַ געוויסן ווינקל, און זיי האָבן געוואַרט אויף אים מיט זייערע נאַגאַנעס גוט באַהאַלטן. פּונקט מיטאָגצײַט זענען זיי שוין געווען גרייט צו שיסן, אָבער קיין סימן פֿון היטלערן איז נישט געווען בנימצא. פֿינף מינוט זענען פֿאַרבײַ, און נישטאָ קיין סימן פֿון היטלערן. 12:15 האָבן זיי אָנגעהויבן זיך מיאש זײַן. „וויי איז מיר!‟ האָט איינער פֿון זיי געזאָגט. „כ׳האָף אַז גאָרנישט איז אים נישט געשען.‟
דעם דאָזיקן, שוין אַ ביסל באַקאַנטן, וויץ דערציילן אינעם פֿילם דער רעזשיסאָר ראָב רײַנער און קאָמיקער גילבערט גאָטפֿריד. פֿון וואָס לאַכט מען אָפּ אין דעם וויץ — פֿון די נאַציס, אָדער פֿון זייערע קרבנות? עס זעט אויס אַז מע לאַכט מער פֿון די ייִדישע טענדענצן און אופֿן פֿון רעדן. אָבער די צוויי ייִדן זענען אַליין נישט קיין קרבנות פֿון די נאַציס, גאָר פֿאַרקערט. דאָס הייסט אַז מע קען שאַפֿן חורבן־הומאָר, וואָס איז נישט נאָר געצילעוועט קעגן די נאַציס גופֿא. איך זאָג עס, ווײַל דווקא מעל ברוקס — דער וואָס האָט געשאַפֿן די באַרימטע סקיצע „פֿרילינגצײַט פֿאַר היטלערן‟, און איז מודה אינעם פֿילם אַז ער פֿלעגט מאַכן אַ שטיקל קאַריערע פֿון אָפּלאַכן און אימיטירן היטלערן און די נאַציס — האַלט זיך זייער קריטיש פֿון יעדן הײַנטיקן חורבן־וויץ.
ברוקס שיידט זייער קלאָר אונטער צווישן הומאָר קעגן די נאַציס, און הומאָר וואָס מאַכט כּלומרשט (אָדער בפֿירוש) חוזק פֿון די קרבנות אַליין. ערשטנס, ווי געזאָגט, קען מען נישט אַלעמאָל אַזוי לײַכט אונטערשיידן צווישן די צוויי סאָרטן וויצן. און צווייטנס, ווי מע ווײַזט אינעם פֿילם דורך אינטערוויוען מיט לעבן־געבליבענע, באַדאַרפֿן די איבערגעבליבענע אַליין דאָס געלעכטער זיך אויסצומיטלען מיט דער טראַוומע. ס׳גיט זיי אַ מעגלעכקייט ווידער צו באַהערשן דעם נאַראַטיוו, אַזוי צו זאָגן.
דער ענין האָט אויך אַ שײַכות מיטן עלטער פֿונעם וויצלער. אַ ייִנגערן קאָמיקער ווי שׂרה סילווערמאַן קומט אָן לײַכטער צו לאַכן וועגן די טעמעס ווי ברוקס, וואָס איז שוין 90 י״אַ, צו לאַנגע יאָרן.
פֿערן פּערלסטין, די רעזשיסאָרין און סצענאַריסטקע (צוזאַמען מיט איר מאַן ראָבערט עדוואַרדס), איז לעצטנס בײַגעווען אויף דעם פֿילמס ווײַזונג אין ניו־יאָרק. זי זאָגט אַז זי האָט מער ווי 20 יאָר לאַנג געטראַכט און געאַרבעט איבער דעם פֿילם. זי האָט אַ סך מענטשן געוואָלט אינטערוויויִרן, און צום סוף האָט זי דערגרייכט נאָר אַ טייל פֿון זיי. אַחוץ די אויבן דערמאָנטע קאָמיקער, האָט זי געשמועסט מיט דזשודי גאָלד, קאַרל רײַנער, סוזי עסמאַן, לאַרי טשאַרלס, דזשעפֿרי ראָס, האַרי שירער, און נאָך.
זיי זענען אַלע אײַנשטימיק אויף איין זאַך: אויב מע מאַכט שוין אַ חורבן־וויץ, דאַרף עס כאָטש זײַן קאָמיש.
„דאָס לעצטע געלעכטער‟ איז אַ גוט־געמאַכטער דאָקומענטאַר, וואָס פֿײַערט דעם כּוח פֿון ייִדישן הומאָר (אויב איך מעג ציטירן דזשיגאַנען), נישט געקוקט אויף די אומשטאַנדן. איין פּראָבלעם מיט פּערלסטינס פֿילם אָבער איז, אַז כאָטש ער רעדט אַ סך וועגן וואָרטפֿרײַהייט, און וועגן נאָוואַטאָרישע און מוטיקע קאָמיקערס — איז ער אַליין דווקא נישט אַזוי נאָוואַטאָריש און מוטיק. ער נעמט נישט אַרײַן, למשל, מער טונקעלע וואַריאַציעס פֿון חורבן־וויצן דערציילט פֿון ייִדן, דער שארית־הפּליטה, און אַפֿילו נאַציס ר״ל; ער גיט אָנצוהערעניש, אַז חורבן־הומאָר געהערט בלויז צו ייִדן; און אַחוץ אַ פּאָר נישט־אַזוי־וויכטיקע ציטאַטן פֿונעם ישׂראלישן שרײַבער אתּגר קרת, פֿאַרנעמט ער זיך בלויז מיט ייִדישן אַמעריקאַנער הומאָר און איגנאָרירט אין גאַנצן דעם שוואַרצן הומאָר בײַ ייִדן אין אַנדערע לענדער ווי, למשל, דני לוויס פּרעכטיקע דײַטשישע קאָמעדיע פֿון 2007, „מײַן פֿירער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.