װען מיכל מצבֿה, דער העלד פֿונעם ערשטן ייִדישן ראָמאַן, ישׂראל אַקסנפֿעלדס „שטערנטיכל”, האָט דערזען די פּרײַסישע שטאָט ברעסלע אין 1813 (הײַנט װראָצלאַװ אין פּױלן), איז ער געבליבן געפּלעפֿט: „אַ שטאָט אָן בלאָטע, קײנער איז ניט פֿאַרדריפּעט. איטלעכער גײט װי אַ פּריץ אָנגעטאָן, שײן און רײן.”
מיכל איז געקומען פֿונעם אױסגעטראַכטן שטעטל לא־היה־פּאָליע אין פּאָדאָליע, און בײַ די דײַטשן איז ער געװען אַ „פּאָליאַק”. בעת דער מלחמה צװישן רוסלאַנד און נאַפּאָלעאָן האָט ער, פּונקט װי אַקסנפֿעלד אַלײן און אַ צאָל אַנדערע ייִדן, געדינט װי ליפֿעראַנט פֿאַר דער רוסישער אַרמײ. ברעסלע איז געװען די ערשטע אײראָפּעיִשע שטאָט אױף זײַן װעג. דער משׂכּילישער שרײַבער אַקסנפֿעלד האָט אים אױסגעמאָלט װי אַ מוסטער פֿאַרן ייִנגערן דור ייִדישע לײענער, כּדי צו דערװײַזן זײ די מעלות פֿון דער מערבֿ־אײראָפּעיִשער קולטור און בידלונג.
יעדער נײַער דור האָט זײַנע אײגענע השׂגות און אינטערעסן, װי עס שטײט אין קהלת. אין דער פּױליש־ייִדישער געשיכטע זײַנען די באַציִונגען צװישן די דורות געװען ניט קײן פּשוטע, בפֿרט אין דער לעצטער תּקופֿה. דער חורבן האָט אױסגעמעקט דעם אַלטן ייִדישן ייִשובֿ, און די שארית־הפּליטה זײַנען צעזײט און צעשפּרײט געװאָרן איבער דער װעלט. די קאָמוניסטישע מאַכט האָט עטלעכע מאָל געמאַכט רדיפֿות אױף ייִדן, בפֿרט אױף דער פּױליש־ייִדישער אינטעליגענץ, און אין 1968 זײ מער־װײניקער פֿאַרטריבן פֿונעם לאַנד. אָבער אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז פּױלן װידער געװאָרן אַ שטיקל ייִדישלאַנד. כּלי־זמר מוזיק, ייִדישע מוזײען און מאָנומענטן, און לעצנטס אױך אַקאַדעמישע פּראָגראַמען, ציִען צו אַ סך ייִדישע טוריסטן, װאָס קומען קײן פּױלן ניט בלױז צוליב אױשװיץ.
„דורות און ייִחוס אין דער פּױליש־ייִדישער געשיכטע״ איז געװען די טעמע פֿון דער פֿערטער יערלעכער אַסיפֿה פֿון פּױליש־ייִדישע פֿאָרשער, װאָס איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען פֿאַר פּסח אינעם אוניװערסיטעט פֿון מישיגען, ען־אַרבאָר. מע האָט געעפֿנט די קאָנפֿערענץ מיט אַ פּרעזענטאַציע פֿונעם נײַעם בוך פֿון דער פּױלישער שרײַבערין אַגאַטאַ טושינסקאַ, װאָס איז אָקערשט אַרױס אין דער ענגלישער איבערזעצונג אונטערן טיטל „משפּחה־געשיכטע פֿון פּחד: זכרונות”. טושינסקאַס פֿריִערדיקע װערק באַהאַנדלען קאָמפּליצירטע צדדים פֿון פּױליש־ייִדישע באַציִונגען, און דאָס מאָל האָט זי זיך געװאָנדן צו איר אײגענער משפּחה. װען זי איז געװען נײַנצן יאָר אַלט, האָט איר מאַמע זיך מודה געװען, אַז זי איז אַ ייִדישע. װי אַ קינד איז די מאַמע אַנטלאָפֿן פֿונעם װאַרשעװער געטאָ און זיך פֿאַרבאַהאַלטן אױפֿן „אַרישן” צד. זינט דעמאָלט האָט זי באַשלאָסן צו פֿאַרגעסן לגמרי װעגן איר ייִדישן אָפּשטאַם. טושינסקאַ פּרוּװט צונױפֿצושטוקעװען איר ייִדישן ייִחוס פֿון אײנצלנע פּרטים מיט דער הילף פֿון איר ליטעראַרישן כּח־הדמיון, שמעלצנדיק פֿאַקטן מיט השערות.
במשך פֿון דער צװײ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אַ לעבעדיקער אױסטױש צװישן דרײַ דורות פֿון פֿאָרשער. קאָנטאַקטן צװישן ייִדישע און פּױלישע היסטאָריקער האָבן זיך אָנגעהױבן אָנהײב די 1980ער יאָרן, און זינט דעמאָלט איז די דאָזיקע אַקאַדעמישע בראַנזשע שטאַרק געװאַקסן. הײַנט פֿאַרמאָגט פּױלן עטלעכע ערשט־קלאַסיקע צענטערס פֿון ייִדישע שטודיעס, און דער גרעסטער צװישן זײ געפֿינט זיך דװקא אין ברעסלע [װראָצלאַװ], דער שטאָט, װאָס האָט אַזױ געחידושט דעם העלד פֿונעם ערשטן ייִדישן ראָמאַן (אַ סבֿרה, אַז אַקסנפֿעלד שילדערט די שטאָט אױפֿן סמך פֿון זײַנע אײגענע אײַנדרוקן).
פּראָפֿעסאָר ענטאָני פּאָלאָנסקי, בלי־ספֿק די צענטראַלע פֿיגור אין די פּױליש־ייִדישע שטודיעס, האָט אַנאַליזירט צװײ קעגנזײַטיקע טענדענצן אינעם פֿעלד. אײן שיטה באַטאָנט די נעגאַטיװע אַספּעקטן, דעם פּױלישן אַנטיסעמיטיזם און דעם חורבן, בעת די אַנדערע שיטה באַטראַכט די באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן אינעם פּאָזיטיװן זינען. בײדע שיטות האָבן בולטע אידעאָלאָגישע שאַטירונגען און װערן אַקטיװ אױסגענוצט אין פּאָליטישע סיכסוכים.
פּאָליטיק איז געװען די טעמע פֿון דער עפֿנטלעכער לעקציע פֿונעם באַרימטן פּױלישן דיסידענט אָדם מיכניק, דעם רעדאַקטאָר פֿון דער ליבעראַלער פּױלישער צײַטונג „גאַזעטאַ װיבאָרטשאַ”. מיכניקס ייִדישקײט האָט אָפֿטמאָל געדינט װי אַ צילברעט פֿאַר זײַנע קריטיקער, װאָס האָבן כּסדר באַטאָנט זײַן „פֿרעמדקײט” אין פּױלן. אין זײַן לעקציע האָט מיכניק פּרטימדיק אַנאַליזירט, װי אַזױ מען האָט גענוצט אַנטיסעמיטיזם אינעם אינעװײניקסטן געראַנגל צװישן פֿאַרשידענע פּאָליטישע כּוחות אין קאָמוניסטישן פּױלן. ער האָט דערװיזן, אַז ייִדן קאָנען דינען װי אַ „ניצלעכער” שׂונא ניט נאָר בײַ די רעכטע קאָנסערװאַטאָרן נאָר אױך צומאָל בײַ לינקע סאָציאַליסטן. מיכניקס היסטאָרישע פּרעזענטאַציע האָט באַקומען אַ הילכיקן אָפּקלאַנג בײַ דעם עולם, װאָס האָט בעל־כּרחו דערזען פּאַראַלעלן מיט דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
מיכניקס פּאָליטישע אױסזיכטן זײַנען אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין 1968, װען די קאָמוניסטישע מאַכט האָט זיך באַנוצט מיט אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע כּדי צו דערשטיקן ליבעראַלע שטימנונגען אין דער געזעלשאַפֿט. דאָס דאָזיקע יאָר איז געװאָרן אַ מכריעדיקער ביאָגראַפֿישער מאָמענט פֿאַרן דור פֿון מיכניק און זײַנע חבֿרים, װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן באַלד נאָך דער מלחמה.
אָבער בײַם הײַנטיקן יונגן דור איז דאָס שױן אַ טײל פֿון דער געשיכטע. די סעקציע „גלות־דורות” האָט פֿאָרגעשטעלט די פֿאָרשונגען פֿון יונגע פּױלישע היסטאָריקער פֿון ברעסלע, װאַרשע, און פּויזן (פּאָזנאַן). זײ האָבן באַהאַנדלט דרײַ היסטאָרישע תּקופֿות: דעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנטעקסט פֿונעם ייִדישן אױפֿלעב אין פּױלן נאָכן חורבן; די באַציִונגען פֿון די עמיגראַנטן פֿון 1968 צו פּױלן, און די נײַע געשטאַלטיקונג פֿון פּױלן אין די ליטעראַרישע װערק פֿון יונגע ישׂראלדיקע מחברים. אַזױ אַרום קומט די ייִדישע געשיכטע צוריק קײן פּױלן אין דער פֿאָרם פֿון פֿאָרשונגען, ראָמאַנען, פֿילמען, מוזיק און אױסשטעלונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.