די בענדין־סאָסנעווצער לאַנדסמאַנשאַפֿט, איינע פֿון די געציילטע לאַנדסמאַנשאַפֿטן וואָס זענען נאָך אַלץ אַקטיוו, וועט — צון אין 100סטן יובֿל — פֿאָרשטעלן “By A Thread” („אויף אַ האָר“) — די געשיכטע פֿון טויזנטער פֿרויען פֿון דער בענדין־סאָסנעווצער געגנט וואָס מ׳האָט מיידלווײַז פֿאַרשיקט אויף קאַטאָרגע אין סודעטנלאַנד (הײַנט: די טשעכישע רעפּובליק), און זענען אַרויס מיט פֿינעף יאָר שפּעטער ווי די איינציקע פֿאַרבליבענע פֿון גרויסע משפּחות.
מאַריסאַ פֿאַקס־בעווילאַקוואַ — אַ זשורנאַליסטקע, שרײַבערין, רעדאַקטאָרשע און פֿילם־פּראָדוצירער — וועט אויף דער פֿײַערונג פֿון דער לאַנדסמאַנשאַפֿט דערציילן די אויסערגעוויינלעכע געשיכטע פֿון די פֿרויען. מאַריסאַ איז אַליין פֿונעם צווייטן דור סאָסנעווצע/דאָמברעווע און האָט גאָר נישט געוווּסט אַז זי איז די טאָכטער פֿון אַ חורבן־געליטענער. אַז זי האָט זיך דערוווּסט האָט זי געפֿאָרשט און געזוכט איבער גאָר דער וועלט וווּ עס זענען אַהינגעקומען די ניצול־געוואָרענע פֿונעם לאַגער גאַבערסדאָרף, וווּ מ׳האָט פֿאַרשפּאַרט איר מאַמען, מומען און אַרום 400 אַנדערע פֿרויען.
חוץ דעם האָט מאַריסאַ אויסגעזוכט אַ סך דאָקומענטן וועגן דעם לאַגער, אַרײַנגערעכנט אַ טאָגבוך מיט די שרײַבונגען פֿון איבער פֿערציק אַנדערע געפֿאַנגענע, לאַגערבריוו, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פּלענער אויף צו בויען אַ לאַגער, און אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט דער נאַצישער מאַכט. מאַריסאַ אַרבעט איצט אויף אַ בוך און פֿילם מיטן זעלבן טיטל.
די פּראָגראַם וועט פֿירקומען דעם 30סטן אַפּריל 2017, 12:00 בײַ טאָג, אינעם מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, אויף 1220 פֿיפֿטער עוועניו (ראָג 103טע גאַס). אַ כּשרער מילכיקער מיטאָג וועט סערווירט ווערן. מיטגלידער פֿון דער בענדין־סאָסנעווצער לאַנדסמאַנשאַפֿט קענען אַרײַן אומזיסט; נישט־מיטגלידער — פֿופֿצן דאָלאַר בײַ דער טיר.
נאָך אינפֿאָרמאַציע זאָל מען אָנקלינגען 1888־249־212, אָדער 2155־595־212, אָדער שרײַבן צו fobs18@gmail.com.
די פּראָגראַם ווערט געשטיצט דורך אַ ברייטהאַרציקער סובווענץ פֿון דער משפּחה אַלטהאָלץ לזכּרון מאָניעק סטאַווסקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.