טאָמער דערקענט איר נישט די שפּראַך פֿון די צוויי שורות, וועל איך אײַך זאָגן: דאָס זענען די ערשטע שורות פֿון מרדכי געבירטיגס ליד „קינדער יאָרן‟ און דווקא אויף עספּעראַנטאָ. דער טײַטש:
„קינדער יאָרן, זיסע קינדער יאָרן,
אייביק בלײַבט איר וואַך אין מיין זכּרון…‟
וואָס מיט אַ מאָל עספּעראַנטאָ? ווײַל לודוויק־לייזער זאַמענהאָף, דער טאַטע פֿון עספּעראַנטאָ, איז נפֿטר געוואָרן דעם 14טן אַפּריל 1917. הייסט עס, מיט הונדערט יאָר צוריק. פּוילן האָט ליב זיך צו גרייסן מיט אירע באַרימטע ייִדישע זין. זאַמענהאָף איז איינער פֿון זיי. ס’טײַטש, ער האָט דאָך אויסגעטראַכט אַ נײַ, קינסטלעך, אינטערנאַציאָנאַל לשון!
נאָר וואָס זשע? אייראָפּע בכלל און פּוילן בפֿרט ווערן די טעג אַ ביסל ווייניקער אינטערנאַציאָנאַל און אַ קאַפּעטשקע מער נאַציאָנאַל. גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער סע זעט אויס אַז זאַמעהאָף און זײַן נישט־נאַציאָנאַלע אידעאַלן קלינגען אַ ביסל אוטאָפּיש. אפֿשר דערפֿאַר מערקט מען קוים אָפּ זײַן יאָרצײַט.
לודוויק זאַמענהאָף איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק ווען זי איז נאָך געווען אַ ייִדישע שטאָט. געשטאָרבן איז ער אין וואַרשע וווּ ער איז געווען במשך פֿון לאַנגע יאָרן אַן אָקוליסט, דהײַנו אַן אויגן־דאָקטער. עספּעראַנטיסטן פֿון דער גאַנצער וועלט קומען עולה־רגל צו זײַן אויף זײַן שיינעם קבֿר אויפֿן וואַרשעווער ייִדישן בית־עולם.
ס׳איז מסתּמא כּדאַי צו דערמאָנען אַז לודוויק זאַמענהאָפֿס טאָכטער, לידיאַ זאַמענהאָף, האָט ממשיך געווען דעם דרך פֿון איר גרויסן טאַטן. זי איז אַפֿילו געקומען קיין אַמעריקע, וווּ זי האָט געלערנט עספּעראַנטאָ און פֿאַרשפּרייט איר טאַטנס תּורה פון וועלט־חבֿרשאַפֿט — „האָמאָראַניסמאָ”.
די אַמעריקאַנער מאַכט האָט אָבער בשום־אופֿן נישט געוואָלט פֿאַרלענגערן איר וויזע. דאָס איז געווען ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. קינד־און־קייט האָבן דעמאָלט געוווּסט אַז דאָס פֿאָרן צוריק קיין פּוילן קען זײַן געפֿערלעך.
לידיאַ זאַמענהאָף איז טאַקע פֿאַרגאַזט געוואָרן אין טרעבלינקע אין יאָר 1942.
אין פּוילן איז פֿאַראַן אַ גרופּע איבערגעגעבענע עספּעראַנטיסטן. איינע פֿון זיי, אירענאַ אורבאַנסקאַ, זינגט געבירטיגס לידער אויף עספּעראַנטאָ. איך בין, דעם אמת געזאָגט, געווען איבערראַשט ווען איך האָב געהערט איר נוסח פֿון „קינדער־יאָרן‟ — געבירטיג אויף עספּעראַנטאָ קלינגט האַרציק שיין.
הײַיאָר מערקן מיר אָפּ דעם 74סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
די פּוילישע פּרעמיערין, בעאַטאַ שידלאָ, די בירגערמײַסטערין פֿון וואַרשע, חנה גרונקעוויטש־וואַלץ און נאָך און נאָך פּערזענלעכקײטן האָבן געלייגט קרענץ צופֿונס דעם געטאָ־קעמפֿערס דענקמאָל אין אַ פֿײַערלעכער מיליטערישער צערעמאָניע.
ווער האָט געפֿעלט? געפֿעלט האָבן די ישראלים. ס’טײַטש, דער קאָמאַנדאַנט פֿונעם אויפֿשטאַנד, מרדכי אַנילעוויטש און אַ סך אַנדערע קעמפֿערס האָבן געהערט צו פֿאַרשיידענע ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען.
דאָס ווייסט מען אָבער נישט אין אייראָפּע די טעג. די יונגע אייראָפּעער הערן טאָג־אײַן טאָג־אויס אז ציוניזם איז ראַסיזם. דאָס וואָס יונגע ציוניסטן האָבן געקעמפֿט מיט גבֿורה קעגן די נאַציס דערציילט מען זיי נישט.
דאָס וואָלט געדאַרפט זײַן די אויפֿגאַבע פֿון מדינת־ישׂראל.
אפֿשר האָט דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט נישט געקאָנט קומען. אפֿשר האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער נישט געקאָנט קומען. אפֿשר האָט דער אויסלאַנד־מיניסטער פֿון ישׂראל נישט געקאָנט קומען.
אָבער ווי קומט עס אַז אפֿילו די ישׂראלדיקע אַמבאסאַדאָרין איז נישט געווען אויף דער צערעמאָניע?
הא לחמא עניא — אַזוי זאָגן מיר בײַם סדר טיש. לחמא עניא — דאָס איז דאָס בידנע ברויט וואָס אונדזערע אָבֿות האָבן געגעסן אין ארץ מצרים. נאָר וואָס זשע? די אַלע סדרים וואָס פּראַווען די פֿאַרשיידענע ייִדישע שילן אין וואַרשע יאָר אײַן און יאָר אויס קומען פֿאָר אין טײַערע האָטעלס. במילא קאָסטן זיי אַ מאַיאָנטעק. מסתּמא איז דער סדר פון דער „פֿונדאַציע ייִדיש” געווען אַן אויסנאַם. דאָרטן האָבן זיך צוזאַמענגעטראָפֿן עטלעכע חבֿרים אין דעם „מנורה”־זאַל אויפֿן גזשיבאָווסקי־פּלאַץ. דאָ האָט מען נישט באַצאָלט פֿאַרן סדר. יעדער איינער האָט געבראַכט די אייגענע געקעכצן פֿון דער היים. די קינדער האָבן געפֿרעגט די פֿיר קשיות און געענטפֿערט האָט מען צוויי מאָל, איין מאָל אויף העברעיִש און איין מאָל אויף פּויליש, פֿאַר די וואָס קענען נישט קיין לשון־קודש.
לאָמיר האָפֿן אז אין אַ יאָר אַרום וועט מען פֿרעגן די קשיות אויף ייִדיש אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.