ערשטער כּוללדיקער סידור אויף לשון־קודש און דײַטש אין 100 יאָר

First Complete Hebrew-German Prayerbook in 100 Years

הרבֿ יהודה טייכטאַל און צוויי פֿון זײַנע קינדער, דוד און חנה
הרבֿ יהודה טייכטאַל און צוויי פֿון זײַנע קינדער, דוד און חנה

פֿון איידען פּינק (Forward)

Published April 26, 2017, issue of April 27, 2017.

לכּבֿוד דעם חורבן־אָנדענק טאָג האָט דער רבֿ פֿון דער בערלינער ייִדישער קהילה, ר׳ יהודה טייכטאַל, מאָנטיק געמאָלדן וועגן דער פּובליקאַציע פֿון אַ נײַעם כּוללדיקן סידור אויף לשון־קודש און דײַטש.

דער סידור, „תּהילת השם‟, באַשטייט פֿון מער ווי 1,400 זײַטן און האָט געדויערט פֿיר יאָר צונויפֿצושטעלן, האָט הרבֿ טײַכטאַל, דער פֿאַרלעגער פֿונעם סידור, דערקלערט. אַחוץ די איבערזעצונגען און דערקלערונגען פֿון אַלע תּפֿילות פֿאַר די וואָכנטעג, שבת און יום־טובֿ, נעמט ער אויך אַרײַן די פּרשה־פּרקים פֿאַר מאָנטיק, דאָנערשטיק און שבת, ווי אויך פּרקי־אָבֿות, די זאַמלונג פֿון עטישע פּסוקים פֿון דער משנה.

כאָטש מע האָט אַרויסגעגעבן אַנדערע סידורים אויף דײַטש אינעם 20סטן יאָרהונדערט, איז דער סידור דער ערשטער זינט די 1800ער יאָרן, וואָס נעמט אַרײַן אַלע תּפֿילות סײַ אויף דײַטש, סײַ אויף לשון־קודש אינעם זעלביקן באַנד.

„אַחוץ דער טעכנישער מעלה פֿון איבערזעצן די תּפֿילות אויף דײַטש, האַלט איך אַז איין אופֿן ווי אַזוי מע קען דערמוטיקן דעם ייִנגערן דור צו געדענקען און אָפּצוגעבן כּבֿוד די פֿאַרגאַנגענהייט איז דורכן פֿאַרבינדן די זכרונות פֿונעם אַמאָל צו אַ באַנײַטער באַוועגונג פֿונעם ייִדישן גײַסטיקן לעבן,‟ האָט הרבֿ טייכטאַל דערקלערט.