אַ שטיקל האָפֿענונג פֿאַר געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג

Ray of Hope For Sex Abuse Victims in the Orthodox Community


פֿון ברכה פֿינקעלשטײַן

Published April 27, 2017, issue of April 27, 2017.

ווען אַ באַוווּסטע קעמפֿערין קעגן היים־גע­וואַלד (domestic violence, בלע״ז) האָט איין מאָל געפֿרעגט דעם טאַטן, דער פֿאַר­לייגער פֿון אַ באַלטימאָרער ישיבֿה, ווי אַזוי די אייראָפּעיִשע רבנים האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה באַהאַנדלט די סעקסועלע באַלעס­טיקונג פֿון קינדער, האָט ער געענטפֿערט פּראָסט־און־פּשוט: „מיר האָבן צוגעמאַכט די לאָדנס.‟

ביז לעצטנס איז אָט די בכּיוונדיקע בלינד­קייט אייגנטלעך געווען דער מיטל ווי אַזוי די רבנים האָבן זיך באַצויגן בכלל צו מעגלעכע פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג קעגן קינדער. דער צו­גאַנג איז געווען אַזאַ: אויב מע זעט נישט די פּראָבלעם מיט די אייגענע אויגן, עקסיסטירט עס נישט.

אָבער די זעלבע כּוחות וואָס האָבן אַנט­פּלעקט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט די סעקסועלע באַלעסטיקונג אין דער קאַטוילישער קירך; אין דער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט פֿונעם „פּען סטייט אוניווערסיטעט‟, און אין בריטאַניעס יוגנט־פֿוסבאָל־סיסטעם, האָט שוין אויך אויפֿגעדעקט די שרעקלעכע רעאַליטעט פֿון באַלעסטיקונג אין דער פֿרומער ייִדישער וועלט.

„אַ דאַנק דער סאָציאַלער מעדיע האָט דער ברייטער עולם זיך דערוווּסט וועגן דער עקסיס­טענץ פֿון קינדער־באַלעסטיקונג,‟ זאָגט מאיר סי­וואַלד, איינער פֿון די פֿאַרלייגער פֿון Jewish Community Watch (JCW), אַ שתּדלנות־גרופּע פֿאַר די געליטענע, וואָס נעמט אָן גאַנץ אַגרעסיווע מיטלען צו באַקעמפֿן די פּראָבלעם: זיי פֿאַרשעמען עפֿנטלעך די פֿאַרברעכערס, און קריטיקירן שאַרף יענע רבנים וואָס מינימיזירן די פּסיכישע טראַוומע וואָס קינדער לײַדן נאָכן ווערן סעקסועל באַעוולט.

די פֿאָלק־אָרגאַניזאַציעס ווי JCW האָבן איצט טאַקע „אויפֿגעמאַכט די לאָדנס‟ כּדי צו ווײַזן דער וועלט ווי אַזוי די פֿרומע ייִדישע קהילה מאַכט זיך נישט־וויסנדיק וועגן די לײַדן פֿון קינדער, און ווי די פֿירערשאַפֿט באַשיצט די פֿאַרברעכער. עס זענען דאָ צוויי סיבות פֿאַר דער „בכּיוונדיקער בלינדקייט‟: ערשטנס, אויב מע דערציילט וועגן אַזוינע פֿאַלן קאָן עס שטערן צו די שידוכים; צווייטנס, האָבן ייִדן שטענדיק זיך געהיט נישט צו מסרן אַ צװײטן ייִד צו די גוייִשע אינסטאַנצן. לויט דער הלכה איז מסירה אַן אומדערטרעגלעכע עבֿירה, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס: במשך פֿון דער געשיכטע האָבן אַזוינע מסירות ממש פֿאַרמישפּט אַ ייִדן צום טויט. אַפֿילו דער רמב׳׳ם האָט געעצהט די רבנים אַז אַ ייִדישן מוסר מעג מען הרגענען.

לויט דער אַמעריקאַנער לעגאַלער סיסטעם, טרעפֿט סעקסועלע באַלעסטיקונג נישט אָפֿטער בײַ ייִדן ווי בײַ אַנדערע עטנישע אָדער רעלי­גיעזע גרופּעס, און הײַנטיקע צײַטן קענען די גע­ליטענע טאַקע באַדראָען זייערע קהילות. מיט דער הילף פֿון די שתּדלנות־גרופּעס אַזוי ווי JCW אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און „צדק‟ אין אויסטראַ­ליע, ברענגען די געליטענע הײַנט אָפֿט מאָל אָנק­לאָגן אין געריכט, כּדי צו באַקו­מען שאָדנגעלט פֿון דער ישיבֿה אָדער פֿון דער שול ווי די באַלעסטיקונג איז פֿאָרגעקומען. ווען ס׳וואָלט נישט געווען קיין פֿאַרעלטער־גע­זעץ (statute of limitations) אינעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס באַגרענעצט די פּראָצעסן ביזן על­טער פֿון 23 יאָר, וואָלטן די אָנקלאָגן פֿון די גע­ליטענע ממש געקאָנט באַנקראָטירן אַ סך שולן און סינאַגאָגעס.

זינט 2011 איז מאַני וואַקס, דער פֿאַרלייגער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „צדק‟, ממש אַ „קאָשמאַר‟ פֿאַרן אויסטראַלישן צווײַג פֿון חב״ד. וואַקס האָט דורכגעפֿירט אַ געראָטענע מעדיאַ־קאַמפּאַניע קעגן דעם „ישיבֿה־צענטער‟, אַ חב״ד־ישיבֿה אין מעלבורן, וווּ ער איז צװישן דעם עלטער פֿון 11 און 14 יאָר סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן אינעם צענטערס שול און מקווה.

נאָך דעם וואָס די „אױסטראַלישע בראָד­קאַסטינג קאָרפּאָראַציע‟ האָט פּראָדוצירט צוויי דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן חב״דס באַשיצונג פֿון די סעקסועלע פֿאַרברעכער, האָט כּמעט די גאַנצע ישיבֿה־פֿאַרוואַלטונג רעזיגנירט. וואַקס האָט אָבער נישט אָפּגעלאָזט. דורך זײַן פּאָליטישער אַגי­טיר־גרופּע, „קול ועז‟, האָט ער אין יאַנואַר 2017 אָנגעפֿירט מיט דער „גלאָבאַלער שפּיצן־קאָנפֿערענץ וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער אין דער ייִדישער קהילה‟, און אין מערץ האָבן וואַקס און אַנדערע כּלל־טוערס דערציילט אויסטראַליעס „רעגירונג־אויספֿאָרשונג פֿון אינ­סטיטוציעס באַשולדיקט אין סעקסועלער באַ­לעס­טיקונג פֿון קינדער‟, אַז די חב״ד־קהילה האָט ממש אַרײַנגעלייגט די געליטענע אין חרם, נאָך דעם וואָס זיי האָבן עפֿנטלעך דערציילט וואָס מע האָט זיי געטאָן. דערצו האָבן וואַקס און זײַן חבֿרה געזאָגט דער קאָמיסיע אַז חב״ד האָט ווײַטער באַשולדיקט די געליטענע אַז דורך זייער פֿאַר­עפֿנטלעכן דעם ענין האָבן זיי עובֿר געווען אויף די הלכות פֿון רכילות און לשון־הרע.

לכתּחילה איז די קעגנערשאַפֿט צו די פֿאַר­טיידיקערס פֿון די געליטענע, ווי סיוואַלד און וואַקס, געווען אַן אויטאָמאַטישער רעפֿלעקס. הרבֿ שיע העכט, דער פֿאָרזיצער פֿון דער חב״ד־אינסטיטוציע National Committee for the Furtherance of Jewish Education, האַלט אַז די אָרגאַניזאַציעס וואָס שטיצן די געליטענע מיט אַזאַ „רעש‟ מאַכן די פּראָבלעם פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג נאָך ערגער.

„מיר ווייסן וואָס מיר דאַרפֿן טון, אָבער מיר מוזן עס דורכפֿירן שטילערהייט, אויף אַ דיס­קרעטן אופֿן,‟ זאָגט העכט. „מיר מוזן אין זינען האָבן אַז אפֿילו דער געליטענער וויל נישט אַז די גאַנצע וועלט זאָל וויסן וואָס מע האָט אים געטאָן.‟

הגם דער הויפּט־מיטל בײַ די חרדישע ייִדן איז צו לייזן די צרה שטילערהייט, פֿאַרשטייען העכט און אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע טוער, אַז די פֿאָלק־באַוועגונגען (grass roots בלע״ז) האָבן באמת משפּיע געווען אויף די נאָרמעס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה. קיין איין הויפּט­שטראָמיקע אָרגאַניזאַציע עצהט מער נישט די געליטענער צו רעדן מיט אַ רבֿ אַנשטאָט צו גיין צו דער פּאָליציי.

אַ דאַנק דער השפּעה פֿון די אָ פֿאָלק־גרופּעס, זענען שוין אויפֿגעקומען ספּעציעלע פּראָגראַמען צו דערציִען דעם עולם וועגן סעקסועלער באַ­לעסטיקונג אין אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע אָרגאַ­ניזאַציעס: בײַ חב״ד, ישיבֿה־אוניווערסיטעט און בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים־סעמינאַרן ישיבת חובֿבֿי תּורה און ישיבת מהרת. ס׳רובֿ פֿון די פּראָגראַמען זענען צענויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך באַקאַנטע פּסיכאָלאָגן ווי שירה בערקאָוויץ, און פּסיכיאַטאָרן ווי מישעל פֿרידמאַן — און נישט פֿון רבנים.

בערקאָוויץ, וואָס האָט אין איינעם מיט וויקטאָר ווײַעט, דער גרינדער פֿון דער Gundersen National Child Protection Training Center צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה פּראָצעדורן וואָס מע דאַרף דורכפֿירן ווען מען איז חושד סעקסועלע באַלעסטיקונג, האָט באַמערקט: „אַלץ מער און מער רבנים פֿאַרשטייען שוין אַליין אַז אַזאַ ענין מוז באַהאַנדלט ווערן דורך עקספּערטן.‟

אַ טייל רבנים און אַנדערע כּלל־טוער אין דער פֿרומער קהילה האָבן שוין יאָרן לאַנג גע­טענהט, אַז מע מוז זיך ערנסט פֿאַרנעמען מיטן ענין, סעקסועלע באַלעסטיקונג. הרבֿ יוסף בלאַו, אַ משגיח רוחני בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט און אַ מיטגליד פון דער פאַרוואַלטונג פֿון דער JCW, האַלט שוין פֿון לאַנג אַז מע דאַרף אויס­שולן די רבנים וועגן דעם ענין, כּדי זיי „זאָלן וויסן וואָס זיי קענען יאָ טאָן צו העלפֿן, און וואָס נישט.‟ און ד״ר דוד פּעלקאָוויץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּסי­כאָלאָגיע און אויסבילדונג בײַם ישיבֿה־אוני­ווערסיטעט, האָט שוין אַ סך גע­שריבן וועגן דער פּײַנלעכער ווירקונג פֿון סעק­סועלער באַלעסטיקונג אויף די געליטענע. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר לערנט ער די סטו­דענטן אינעם רבנים־סעמינאַר ווי צו דינען ווי עצה־געבער אין אַזוינע פֿאַלן, ניצנדיק בערקאָוויצעס פּראָצעדורן פֿאַר אַ safe shul, אַ פֿאַרזיכערטע סבֿיבֿה אין שיל.

„די אָרטאָדאָקסישע קהילות הייבן שוין אָן צו פֿאַרשטײן אַז דער עיקר מוז זײַן צו פֿאַזיכערן די געליטענע און זייערע משפּחות,‟ האָט פּעלקאָוויץ געזאָגט. „דער פֿאַרברעכער האָט זיך אַליין באַגראָבן מיט זײַן אויפֿפֿיר.‟

הרבֿ מאַרק דראַטש, דער עקזעקוטיווער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „אַמעריקאַנער רבנים־ראַט‟ (RCA), באַשטעטיקט, אַז די פֿאָלק־אָרגאַ­ניזאַציעס האָבן געטון אַ סך אַרויסצוברענגען דעם ענין סעקסועלע באַלעסטיקונג אין דער עפֿנטלעכקייט. „איצט האָבן אונדזערע רעליגעזע פֿירערס ממש אַ חיובֿ צו ווערן אינפֿאָרמירט און צו וויסן ווי צו העלפֿן די געליטענע, כּדי מע זאָל אָנהייבן באַטראַכטן רעליגיע ווי אַ הילף, און נישט ווי קיין מיכשול, ווען עס רעדט זיך וועגן סעקסועלע עוולות קעגן קינדער,‟ זאָגט דראַטש.

רבנים און אַקטיוויסטן זענען מסכּים: כאָטש די אָרטאָדאָקסישע וועלט האָט זיך ממשותדיק פֿאַרבעסערט אין דעם פּרט, זענען נאָך פֿאַראַן אַ צאָל פּראָבלעמען. ערשטנס, זעט מען ווי אַ טייל פֿון די פֿאָלק־אָרגאַניזאַציעס פֿאַרשעמען עפֿנטלעך די מענטשן וואָס זענען פֿאַרדעכטיקט אין סעקסועלע אָנגריפֿן, נאָך איידער די געליטענע האָבן זיי אידענטיפֿיצירט, און איידער מע האָט זיי אַרעסטירט. נאָך אַ גרעסערע פּראָבלעם האָט צו טון מיט דעם פֿאַרעלטער־געזעץ, ספּעציעל אינעם שטאַט ניו־יאָרק (וווּ עס וווינע ס׳רובֿ פֿון די אַמעריקאַנער פֿרומע ייִדן), וואָס פֿאָדערט אַז מע מוז גיין צו דער פּאָליציי איידער עס גייען פֿאַרבײַ פֿינף יאָר; נאָך די פֿינף יאָר, קען מען דעם אַטאַקירער מער נישט באַשולדיקן אין דעם פֿאַרברעכן. בערך 45 פּראָצענט פֿון די געליטענע קינדער דערציילן קיינעם נישט וועגן דער באַלעסטיקונג ביז יאָרן שפּעטער, ווען זיי זענען שוין דערוואַקסענע, און עטלעכע אַנטפּלעקן אַ גאַנץ לעבן נישט דעם ביטערן סוד.

ס׳איז קלאָר אַז די בײַטן אין דער פֿרומער קהילה בײַם באַהאַנדלען די סעקסועלע באַלעס­טיקונג פֿון קינדער קומען פֿאָר זייער פּאַמעלעך, בלויז מיט קליינטשיקע שריט, אָבער פֿון דעסט­וועגן, בײַט זיך עס טאַקע. אַ משל דערפֿון האָט מען געזען שוין אין פֿעברואַר 2015, בעת אַן אונ­טערנעמונג פֿון חב״ד, געשטיצט פֿון Jewish Community Watch אין לאָס־אַנדזשעלעס. הרבֿ אלחנן טאַובער, אַ באַקאַנטער פּוסק, האָט פֿאַר אַ גרופּע אָרטאָדאָקסישע רבנים דערקלערט: „עמעצער וואָס גיט נישט איבער דער פּאָליציי וועגן דער מעגלעכער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון אַ קינד, באַגייט אַליין אַן עבֿירה.‟


ווי אַזוי קען מען וויסן אויב אַ קינד איז אפֿשר סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן?

אַ קינד האָט אפֿשר געליטן פֿון אַ סעקסועלן אַטאַק אויב ער אָדער זי:

• פֿירט זיך אויף אויף אַ נישט–פּאַסיקן סעקסועלן אופֿן

• טשעפּעט זיך סעקסועל צו אַנדערע קינדער

• מײַדט אויס ספּעציפֿישע פּלעצער אָדער מענטשן

• ווײַזט אַרויס שרעק ווען מע רירט אים אָן

• בונטעוועט זיך אַ סך מער ווי פֿריִער אָדער ווערט שנעל אין כּעס

• זעט אויס ווי ער פֿאַרלירט דעם צוטרוי צו זיך

• ציט זיך צוריק וואָס מער פֿון זײַנע חבֿרים

• וויל נישט אָפּטרעטן פֿון די עלטערן

• פֿאַרוווּנדיקט זיך אַליין

• קען נישט שלאָפֿן בײַ נאַכט

• וויל נישט גיין אין קלאַס

• באַקלאָגט זיך אָפֿט וועגן בויכווייטיק אָדער קאָפּווייטיק, כאָטש ער זעט נישט אויס פֿיזיש קראַנק

• האָט סימנים פֿון סיניקעס און שמײַסצייכנס איבערן לײַב

קרעדיט: ד״ר דוד פּעלקאָוויץ