אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק אין שיקאַגע וואָס האָט חתונה געהאַט מיט 69 יאָר צוריק איז געשטאָרבן אין איינעם האַלטנדיק זיך בײַ די הענט.
טערעסאַ וואַטקין, 89, איז ניפֿטר געוואָרן שבת 12:10 אין דער פֿרי אינעם „הײַלענד־פּאַרק שפּיטאָל‟ און איר מאַן, יצחק, איז אַוועק פֿון דער וועלט אַרום 12:50 אין דער פֿרי גלײַך נאָך דעם וואָס מע האָט אַרויסגענומען זײַן פֿרויס מת פֿונעם צימער און זייערע הענט האָבן זיך צעשיידט.
טערעסאַ וואַטקין האָט געליטן איבער צען יאָר פֿון דעמענציע. יצחק איז געווען איר שטענדיקער באַהילפֿער און האָט ווײַטער געוווינט מיט איר אַפֿילו נאָך דעם וואָס מע האָט זי איבערגעפֿירט אין אַ ספּעציעלן מושבֿ־זקנים פֿאַר מענטשן וואָס האָבן פּראָבלעמען מיטן זכּרון.
„גלײַך אינעם מאָמענט ווען מע האָט אַרויסגענומען איר האַנט פֿון זײַנעם, האָט ער געזאָגט ׳אָקיי, איך דאַרף זי מער נישט באַשיצן. איך קען שוין אויך גיין ׳זיך אָפּרוען׳,‟ האָט זייער זון, דניאל, דערקלערט דער צײַטונג Chicago Sun Times. „ס׳איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכן זשעסט פֿון מסירת־נפֿש, ער זאָל קענען אַרויף אין גן־עדן און עפֿענען פֿאַר איר די טיר‟.
„איך האָב עס געזען מיט די אייגענע אויגן,‟ האָט געזאָגט זייער טאָכטער, קלאַראַ געסקלין. „פּלוצלינג, ווען עס האָבן זיך צעשיידט די פֿינגער, האָט ער פּשוט אויפֿגעהערט צו אָטעמען.‟
מע האָט אײַנגעפֿירט יצחק וואַטקין אין שפּיטאָל מיט אַ גריפּע און זײַן פֿרוי מיט אַ לונגען־אָנצינדונג. מע האָט זיי פֿרײַטיק נאָכמיטאָג אַײַנגעפֿירט אינעם זעלביקן צימער, ווען ביידע פֿון זיי האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם אָטעמען.
דאָס פּאָרפֿאָלק איז אויפֿגעוואַקסן אין אַרגענטינע אין אַנדערע טיילן פֿונעם לאַנד. דרײַ מאָל אַ וואָך האָבן זיי זיך איבערגעשריבן ליבע־בריוו ביז זיי האָבן חתונה געהאַט אין 1947. יצחק, וואָס האָט דעמאָלט גענוצט דעם נאָמען אַלבערטאָ כּדי אויסצומײַדן דעם אַנטיסעמיטיזם, איז געווען אַ גאַרבער. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין שיקאַגע אין 1968, וווּ יצחק האָט געאַרבעט ווי אַ שוחט און אינוועסטירט אין דירות־הײַזער.
מאָנטיק האָט מען זיי געבראַכט צו קבֿר־ישׂראל אין אַ בשותּפֿותדיקער לוויה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.