מײַן לעצטן באַזוך אין בוענאָס אײַרעס האָב איך אָפּגעשטאַט אין יאָר 1996. ס׳הייסט מער ווי צוואָנציק יאָר צוריק. בין איך דעריבער זייער דעווײַטערט פֿון אַלע פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכע געשעענישן פֿון לויפֿנדיקן לעבן אין אַרגענטינע, אויסער אויסנעמלעכע ידיעות וועלכע דערגייען סײַ־ווי צו דער אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ.
איז דעריבער דער שמועס מיטן טאַקסיסט וואָס האָט מיך געפֿירט פֿון עסייסאַ־פֿליפּאָרט ביז אין שטאָט אַרײַן געווען גאָר באַלערנדיק. ניט קיין שמועס איז עס געווען נאָר אַ לאַנג־פֿאַרצויגענעם מאָנאָלאָג פֿון אַ געבילדעטן מענטש, וואָס קען זיך אויס אויף עקאָנאָמיע, געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק און וואָס ניט… גענוג געווען מײַן ערשטע פֿראַגע: „ווי זעט אויס דער מצבֿ?‟ כּדי ער זאָל מיך דערהײַנטיקן אין אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט דער פּאָליטיק פֿון איצטיקן פּרעזידענט מאַוריסיאָ מאַקרי; זײַן צוגאַנג מיטצואַרבעטן מיט אויסלענדישע אינוועסטאָרן כּדי צו אַנטוויקלען די היגע ווירטשאַפֿט, און די פֿאַרשיידענע פּלענער און ענדערונגען וועלכע קומען ביסלעכווייז פֿאָר.
ס’איז געווען קלאָר אַז דער טאַקסיסט (טאַקע אַ געלערנטער מענטש וואָס עקאָנאָמישע סיבֿות האָבן אים געצוווּנגען אָנצונעמען זײַן איצטיקע באַשעפֿטיקונג) איז אַ הייסער שטיצער פֿון דער הײַנטיקער רעגירונג. הגם עס זענען געווען ניט־קליינע טראַפֿיק־פֿאַרשטאָפּונגען אין וועג איז די נסיעה — אַ דאַנק זײַנע לעבעדיקע און פּרטימדיקע באַשרײַבונגען — אַדורך גאַנץ גיך און גלאַטיק.
דאַקעגן דעם טאַקסיסט, איז דער באַרימטער ייִדיש־שפּאַנישער שרײַבער ריקאַרדאָ פֿעיערסטיין אַ חסיד פֿון די פֿאָריקע פּרעזידענטן נעסטאָר און קריסטינאַ קירשנער. ריקאַרדאָ, אַ פֿרײַנד מײַנער, און זײַן פֿרוי סוסאַנאַ סאַטינאָסקי, פֿון פֿאַך אַ מוזיק־טעראַפּעווטין, האָבן מיך שיין אויפֿגענומען בײַ זיך אין שטוב, וווּ מיר האָבן געמאַכט אַן איבערבליק איבער אונדזער בשותּפֿותדיקער געשיכטע: אַקטיוויזם אין דער „מרדכי אַנילעוויטש־יוגנט‟ פֿון די זעכציקער יאָרן, פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, דאָס לעבן אין קיבוץ להבות הבשן (האַבאַשאַן) און צענדליקער בשותּפֿותדיקע פֿרײַנד וואָס אַ גרויסער טייל פֿון זיי געפֿינט זיך הײַנט אין ישׂראל, און אַן אַנדער טייל — מערסטנס אין אַרגענטינע.
פֿעיערסטיין האָט מיר געשאָנקען עטלעכע פֿון זײַנע ביכער, צווישן זיי — איינס וואָס איז געווען אַ וווּנדערלעכע אַנטפּלעקונג: Desde Afuera y Desde Adentro (פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק), אַרויסגעגעבן פֿונעם „נאַראַטיוואַ־פֿאַרלאַג‟. דאָס בוך באַשרײַבט צוויי עקסקורסיעס איבער דער אַרגענטינער־ייִדישער קולטור פֿון סטעפֿען א. סאַדאָוו, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר אין נאָרטיסטערן־אוניווערסיטעט פֿון באָסטאָן, און ריקאַרדאָ פֿעיערסטיין, דעם פֿאַרדינסטפֿולן אַרכיטעקט, רעדאַקטאָר, זשורנאַליסט און לאַנגיעריקער רעדאַקטאָר פֿון „מילאַ־פֿאַרלאַג‟.
דאָס בוך באַשרײַבט די קוואַליטאַטיווע ייִדישע שרײַבער אויף שפּאַניש: פּראָזאַיִקער און פּאָעטן, מענער און פֿרויען, בעיקר פֿון אַרגענטינע, אָבער אויך פֿון טשילע, אורוגוואַי, בראַזיל און מעקסיקע — אַ רײַכע ליטעראַרישע וועלט וואָס איז מיר, צום באַדויערן, גאַנץ אומבאַקאַנט. עס דערמאָנט אויך אַ לאַנגע ריי קינסטלערס, מאָלערס און סקולפּטאָרן.
דאָס בוך פֿאַרסך־הכּלט די פֿאָרשונגען פֿונעם אַמעריקאַנעם פּראָפֿעסאָר וואָס האָט זיך ממש פֿאַרליבט אין דער ליטעראַטור געשאַפֿן דורך ייִדן אויף שפּאַניש, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען פֿונעם ערשטן דור אימיגראַנטן, שוין געבוירענע אינעם נײַעם קאָנטינענט, האָט פֿעיערשטיין באַטאָנט.
„איז טאַקע אַ טרייסט — זאָג איך — וואָס איצט קאָן דער לייענער זיך דערוויסן פֿון דער גײַסטיקער שעפֿערישקייט פֿון דעם לאַטינאָ־אַמעריקאַנעם ייִדנטום.‟
פֿעיערסטיין זאָגט, אַז דער ציל איז געווען צו ווײַזן די פּראָדוקציע פֿון אַ גאַנצער פּלעיאַדע מחברים אויף שפּאַניש, וועלכע דריקן אויס דאָס לעבן, די ראַנגלענישן און זוכענישן פון אַן אייגנאַרטיקן ייִשוב, וואָס איז ניט תּמיד זוכה געווען צו דעם געהעריקן אויפמערק. במשך פֿון די יאָרן זענען פֿאָרגעקומען ליטעראַרישע צוזאַמענטרעפֿן וווּ די אויטאָרן האָבן געקאָנט פֿאָרשטעלן זייערע שאַפֿונגען און דערבײַ זיך דערנענטערן איינער מיטן צווייטן.
איינער פֿון די שרײַבער איז אַנאַ מאַריאַ שואַ — אַ געבוירענע אין 1951, וואָס האָט צו 16 יאָר אָפּגעדרוקט איר ערשטע לידער־זאַמלונג. זי האָט באַקומען נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיעס פֿאַר איר קינדער־ליטעראַטור און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף 12 שפּראַכן. אירע העכסטע אָנערקענונגען האָט זי באַקומען פֿאַר אירע קורצע דערציילונגען. איר בוך „לאַוריטאַס ליבעס‟ האָט געדינט ווי דער סצענאַר פֿון אַן אַרגענטינער פֿילם.
„אַוווּ וועלן מיר זיך טרעפֿן?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„אין באַר לוטשיאָ. אויף סקאַלאַבריני אָרטיז און גועמעס,‟ האָט מען מיר געגעבן די פּרטים פֿונעם קאַוועהויז, וווּ מיר האָבן זיך געזאָלט טרעפֿן, אַ פֿינף חבֿרהלײַט, וואָס מיר האָבן דורכגעמאַכט צוזאַמען אומפֿאַרגעסלעכע פֿינף יאָר אין דער מיטלשול באַרטאָלאָמע מיטרע, די „מיטרע־שול‟, ווי מיר האָבן ליב געהאַט זיך צו קיבוצן, ווײַל די איבערוועגנדיקע מערהייט סטודענטן זענען דאָרט געווען ייִדן. בײַ אונדזער טישל זענען געזעסן כאָרכע מ. (פּסיכאָטעראַפּעווט), סילוויאָ פֿ. (פֿאָטאָגראַף), כאָרכע ג. (געשעפֿטסמאַן), ענריקע א. (פּסיכאָטעראַפּעווט) און מײַן ווייניקייט, דער גאַסט פֿון ישׂראל.
די אַטמאָספֿער איז געווען אַ פֿרײַע, האַרציקע און לעבעדיקע, מיט אַ שפּרודלדיקן הומאָר און אַ טיפֿן אינטערעס זיך צו דערוויסן איינער פֿון צווייטן. די גרייטקייט אויסצוהערן יעדעס וואָרט איז געווען דער בעסטער סימן פֿון אַן אָנגעייענדיקער פֿרײַנדשאַפֿט.
„אין ישׂראל האָבן מיר אַ סך צו פֿאַרבעסערן,‟ זאָג איך.
„נעם אין אַכט — ענטפֿערט מיר כאָרכע ג. וועלכער האָט געלעבט עטלעכע יאָר אין ישׂראל — אַז איר זענט אין מיטעלן מזרח, אַרומגערינגלט פֿון ביטערע שׂונאים, און פֿיל ענערגיעס זענען אָנגעוואָנדן צו פֿאַרזיכערן וואָס די ישׂראלים האָבן מיט אַזוי פֿיל מי דעראָבערט אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן. מ’טאָר זיך ניט שפּילן דערמיט.‟
„דו רעדסט וועגן דעם מצבֿ ווי ער איז, און איך, פֿון מײַנעטוועגן, רעד צו וואָס דארפֿן מיר שטרעבן,‟ האָב איך געענטפֿערט. „דאָס זענען צוויי באַזונדערע שטעלונגען. אויב אָבער מיר וועלן זיך אַלע צוהערן איינער צום צווייטן, וועט דעמאָלט דער דיאַלאָג זיך באַפֿרוכפּערן און צעוואַקסן…‟
בשעת דער טרעפֿונג און פֿיל טעג שפּעטער, הער איך ניט אויף צו באַוווּנדערן דעם כּוח פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און געטריישאַפֿט, וועלכע האָט זיך געשאַפֿן אין פֿאַרלויף פֿון יענע פּרעכטיקע סטודענטישע יאָרן. קיין שום כּוח קאָן עס ניט צונישט מאַכן. די פֿראַגע איז נאָר, ווי אַזוי קאָן אַזאַ פֿרײַנדשאַפֿט דינען אווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר צוקונפֿטיקע, נײַע פּאָזיטיווע ענדערונגען? אַז מען לעבט דערלעבט מען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.