בר רפֿאלי, די סאַמע העכסט באַצאָלטע ישׂראלישע מאָדעלקע וועמעס בילד האָט זיך שוין באַוויזן איבער גאָר דער וועלט, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, יום־הזכּרון, אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿן פּראָטעסט.
אויף איר פֿייסבוק־זײַטל, האָט די מאָדעלקע אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿלעמל מיטן וואָרט „געדענק“. כאָטש דאָס איז אַ טיפּישער אימאַזש מיט וועלכן מע מערקט אָפּ דעם ישׂראלישן געדענקטאָג, האָבן אינטערנעץ־קאָמענטירערס באַלד אָנגעוויזן אויף אַ משמעותדיקער היפּאָקריטסטווע, ווײַל זי אַליין האָט דווקא באַוויזן אויסצומײַדן דאָס דינען אין צה״ל.
איין קאָמענטאַטאָר האָט, לויט דער ישׂראלישער טאָגצײַטונג „מעריב“, זיך דירעקט געװאָנדן צו איר: „דאָס פֿאָלק ישׂראל וועט געדענקען אַז איר האָט זיך נישט אַרײַנגעגעבן ווי אַ זעלנער. איידער מע קלערט צו רעפּרעזענטירן די מדינה דאַרף מען האָבן געדינט אָדער אין דער ישׂראלישער אַרמיי אָדער אין נאַציאָנאַלן דינסט“. דער קאָמענטירער האָט ווײַטער קאָנסטאַטירט אַז זי איז „נישט ווי מיר אַלע“ וואָס האָבן געדינט אין צה״ל.
אַנדערע האָבן זיך דווקא אײַנגעשטעלט פֿאַר דער מאָדעלקע. אייינער האָט, למשל, געזאָגט: „יעדער איינער טוט וואָס נאָר מע קען פֿאַר דער מדינה“.
רפאלי האָט אויסגעמיטן דאָס אַרמיידינסט דערמיט וואָס זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ משפּחה־פֿרײַנד (חתונה־געהאַטע פֿרויען ווערן אויטאָמאַטיש באַפֿרײַט פֿון מיליטער־דינסט) און אים אין גיכן אָפּגעגט.
אין 2013 האָט אַ פֿירשפּרעכער פֿונעם צה״ל געסטאַרעט אַרויסצוּוואַרפֿן רפאלין פֿון אַ ישׂראלדיקער „הסברה“ (פּירסום)־קאַמפּאַניע ווײַל איר באַטייליקונג דערין קאָן נעגאַטיוו װירקן אויף אַנדערע ישׂראלים וואָס שייך דעם ווערט פֿון מיליטער־דינסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.