שבת, דעם 6טן מײַ, פֿאַלט אויס 80 יאָר זינט דעם גרויסן אומגליק פֿונעם דײַטשישן צעפּעלין (אַ מין לופֿטשיף) „הינדענבורג‟, וואָס האָט זיך אויפֿגעריסן בײַם לאַנדן אין לייקהיורסט, ניו־דזשערזי, אומברעגנדיק דערבײַ 35 מענטשן אויף דער שיף און איין מענטש אויף דער ערד. אין קינאָ־טעאַטערס איבער דער וועלט האָט מען באַוויזן אַ פֿילם פֿון דער טראַגעדיע, בײַנאַנד מיט זייער אַן אויפֿטרייסלנדיקן היסטאָרישן ראַדיאָ־באַריכט פֿון הערבערט מאָריסאָן, אין וועלכן דער רעפּאָרטער וויינט און שרײַט: „אוי די מענטשלעכקייט‟ בײַם זען די טראַגעדיע. דער פֿילם און דער ראַדיאָ באַריכט האָבן גורם געווען אַז מענטשן האָבן אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו האָבן צוטרוי צו דער זיכערהייט פֿון די לופֿטשיפֿן.
ביז דער טראַגעדיע האָבן ס׳רובֿ מענטשן נאָך געהאַלטן, אַז די לופֿטשיפֿן וועלן אפֿשר באַזיגן די עראָפּלאַנען ווי דער וויכטיקסטער פֿליִענדיקער טראַנספּאָרט־מיטל. ווי עס ווערט דערקלערט אינעם לאַנגן אַרטיקל (איבער 1,800 ווערטער), וואָס איז דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ דעם טאָג נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע, איז דער אויפֿרײַס פֿונעם באַרימטן צעפּעלין געווען אַ ריזיקער קלאַפּ פֿאַר דײַטשלאַנד. די לופֿטשיף, מיט זײַנע האַקנקרייצן אויף דער זײַט, איז געווען ממש אַ סימבאָל פֿון דעם נאַצישן רעזשים און זייער „קלוגשאַפֿט‟ בײַם שאַפֿן לופֿטשיפֿן, וואָס האָבן משמעות ניט געקענט קראַכן אָדער צעשטערט ווערן.
ווי די גרעסטע ייִדישע צײַטונג אויף דער וועלט האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געדאַרפֿט איבערגעבן די מענטשלעכע טראַגעדיע און באַשרײַבן פֿאַר די לייענער די גרויליקע סצענע, און אויך איבערגעבן די ווירקונג וואָס דער אינצידענט וועט האָבן אויף דעם נאַצישן רעזשים, וואָס איז שוין געווען צו יענער צײַט די הויפּט־שׂונא פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. כאָטש דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויף זייער אַן ערנסטן און פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן איבערגעגעבן די שרעקלעכע טראַגעדיע, דערקענט מען יאָ אינעם באַריכט אַ ביסל שאָדנפֿרייד, בפֿרט ווען מע גיט איבער דעם אופֿן ווי אַזוי דער צעפּעלין איז געפֿלויגן אַ לאַנגע צײַט איבערן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון ניו־יאָרק, וווּ מענטשן האָבן געזען זײַנע „פֿאַרהאַסטע סוואַסטיקע־צייכנס‟, וואָס זענען אַ פּאָר שעה נאָך דעם פֿאַרברענט געוואָרן בעת דעם אומגליק בײַם לאַנדן.
אָט זענען עטלעכע אויסצוגן פֿונעם אַרטיקל וועגן דער „הינדענבורג‟־טראַגעדיע, וואָס איז דערשינען דעם 7טן מײַ 1937.
לייקהיורסט, נ. דזש, מײַ 6 —
די ריזיקע דײַטשע צעפּעלין־לופֿטשיף „הינדענבורג‟ איז דאָ הײַנט, 7:23 אין אָוונט, פֿאַרניכטעט געוואָרן פֿון פֿלאַמען אין אַן אויפֿרײַס, אין וועלכן עס זײַנען אומגעקומען מער ווי אַ דריטל פֿון אירע פּאַסאַזשירן און מיטגלידער פֿון דער מאַנשאַפֿט.
11 אַזייגער אין אָוונט, ווען די נײַעס ווערט אָפּגעשיקט, האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסצוקריגן פֿון אונטער דער צעברענטער שיף די טויטע קערפּערס פֿון 21 פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן. 12 אַנדערע פֿעלן אויס. צווישן די 64, וואָס האָבן זיך אַרויסגעראַטעוועט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, געפֿינען זיך 20 פּאַסאַזשירן און 44 מיטגלידער פֿון דער מאַנשאַפֿט.
אַ גרויסע צאָל פֿון די וואָס האָבן זיך געראַטעוועט זײַנען אַזוי פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און אַזוי צעברענט געוואָרן אין די פֿלאַמען, אַז מע האָט זיי געמוזט אָפּפֿירן אין דערבײַיִקע האָספּיטאַלס.
דער אומגליק האָט פּאַסירט אין דעם מאָמענט, ווען די שיף האָט געהאַלטן אין לאַנדן אויף דעם לופֿטפֿעלד, אין איר ערשטער רײַזע דעם יאָר פֿון בערלין, דײַטשלאַנד.
פּלוצלינג האָט מען בײַ דער זײַט פֿון דער ריזיקער שיף דערזען בלויע פֿלעמלעך. דער קאָמאַנדיר פֿון דער שיף, פּריוס, האָט פּלוצלינג גענומען שרײַען: „לאָזט אָפּ די לײַנס! (שטריק)‟
אין אַ מאָמענט אַרום האָט זיך דער הינטערשטער טייל פֿון דער ריזיקער שיף מיט די גרויסע סוואַסטיקע־צייכנס אַ זעץ געטאָן מיט גרויס קראַפֿט אָן דער ערד. עס האָט זיך דערהערט אַ קראַך. פֿלאַמען האָבן אַרומגעכאַפּט די שיף פֿון אַלע זײַטן, פֿאַרצערט זי אין וואָסערע געציילטע מינוטן. די ריזיקע שיף האָט פֿון דער ווײַטנס אויסגעזען ווי אַ ריזיקער פֿײַערדיקער ציגאַר, און די פֿלאַמען האָבן באַלויכטן דעם גרויסן לופֿטפֿעלד, האָבן זיך אָפּגעשלאָגן אָן דעם טונקל־בלויען פֿאַרנאַכט־הימל.
די פּאַסאַזשירן און די מאַנשאַפֿט האָבן גענומען שפּרינגען פֿון די פֿענצטער. בײַ פֿילע פֿון זיי האָבן געברענט די קליידער. פֿילע האָבן באַוויזן אַרויסצוקריכן אויף אַלע פֿיר פֿון אונטער די חורבֿות, ווען די שיף האָט זיך אָפּגעשלאָגן און איז אַנידערגעפֿאַלן אויף דער ערד.
די היץ פֿון דער ברענענדיקער לופֿטשיף איז געווען אומדערטרעגלעך און אַזוי שטאַרק, אַז פֿילע פֿון די אַרבעטער, וועלכע האָבן זיך געלאָזט ראַטעווען די פּאַסאַזשירן און מאַנשאַפֿט, האָבן זיך אָפּגעסמאַליעט די האָר און זיי האָבן זיך צעברענט זייערע פּנימער.
אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע מינוט איז פֿון דער ריזיקער פּראַכטפֿולער שיף, וועלכע איז געווען אויסגעשטאַטעט מיט גרויס לוקסוס, געבליבן בלויז חורבֿות, די שמאָלענע פֿרעים (גערעם).
די „הינדענבורג‟ איז לעצטן מאָנטיק אַרויסגעפֿלויגן פֿון פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד מיט אַ מאַנשאַפֿט פֿון 60 און 39 פּאַסאַזשירן. די לופֿטשיף האָט געזאָלט אָנקומען קיין לייקהיורסט נעכטן, 6 אַזייגער אין דער פֿרי, אָבער זי האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט צוליב שלעכטן וועטער. זי איז אָנגעקומען קיין באָסטאָן נעכטן אַרום האַלב נאָך 11 אין דער פֿרי און איז געפֿלויגן איבער גאַנץ ניו־יאָרק, האַרלעם און בראָנקס, און האָט זיך דערנאָך פֿאַרקערעוועט, צוריקגעפֿלויגן ביז די 50ער גאַסן אין ניו־יאָרק און אָפּגעפֿלויגן אין דער ריכטונג פֿון לייקהיורסט, אַרום 4 אַזייגער. זי איז געפֿלויגן איבער דער איסט־סײַד גאַנץ נידעריק. די פֿאַרהאַסטע נאַצישע סוואַסטיקע־צייכנס האָבן געריסן די אויגן.
צווישן די פּאַסאַזשירן זײַנען געווען פֿילע אַמעריקאַנער און אַ פּאָר ניו־יאָרקער.
בערלין, מײַ 7 — גאַנץ דײַטשלאַנד איז שטאַרק געטראָפֿן געוואָרן מיט די נײַעס וועגן דעם סוף פֿון דער „הינדענבורג.‟ די נאַצי־רעגירונג האָט באַזונדערס שטאָלצירט מיט אירע גרויסע לופֿטשיפֿן, האָט זיך באַרימט, אַז בלויז דײַטשן קענען בויען די ריזיקע צעפּעלינען, אַז זיי זאָלן זײַן זיכער און דויערהאַפֿט.
די באַאַמטע פֿון דער צעפּעלין־קאָמפּאַניע האָבן אָנפֿאַנגס ניט געוואָלט גלייבן די נײַעס, אַז די „הינדענבורג‟ איז פֿאַרניכטעט געוואָרן.
„עס איז אוממעגלעך. עס איז אַ טעות. מיר האָבן נאָר וואָס געקראָגן אַ ראַדיאָ־באַריכט פֿון דער שיף, וואָס איז געשיקט געוואָרן 7 אַזייגער אָוונט, און לויטעט (באַשטעטיקט), אַז אַלעס איז אין אָרדענונג.‟
דער אומגליק מיט דער „הינדענבורג‟ איז אַ שטאַרקער קלאַפּ פֿאַר דער נאַצישער רעגירונג. די נאַציס האָבן געזאָגט דער וועלט, אַז בלויז זיי קענען בויען „זיכערע‟ צעפּעלינען; האָבן אָנגעוויזן אויף די רעקאָרדס פֿון „גראַף צעפּעלין‟ און די „הינדענבורג‟, אַז זיי האָבן דורכגעמאַכט רײַזעס אונטער פֿאַרשידענע אומשטענדן און ניט גינסטיקע וועטער, און האָבן אויך אָנגעוויזן, אַז אַלע אַנדערע גרויסע צעפּעלינען, וועלכע זײַנען געבויט געוואָרן אין אַמעריקע אָדער אַנדערע לענדער, זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן. זיי האָבן אָנגעוויזן אויף די אומגליקן מיט די נייווי (ים־פֿלאָט) לופֿטשיפֿן „מעיקאָן‟ און „עקראָן‟, וועלכע זײַנען געבויט געוואָרן אין אַמעריקע. אויף דעם אומגליק מיטן ענגלישן צעפּעלין און קאַטאַסטראָפֿעס מיט לופֿטשיפֿן פֿון אַנדערע לענדער, אַלס סימן, אַז בלויז דײַטשן קענען בויען לופֿטשיפֿן און די אינזשינערן פֿון אַנדערע פֿעלקער זײַנען פּאַרטאַטשעס ווען עס קומט צו בויען לופֿטשיפֿן. ערשט לעצטנס האָט די נאַצישע פּרעסע, שרײַבענדיק וועגן די לופֿט־אומגליקן מיט פּאַסאַזשיר עראָפּלאַנען אין אַמעריקע, באַרימט זיך, אַז די דײַטשע עראָפּלאַנען און לופֿטשיפֿן זײַנען די בעסטע אין דער וועלט און קיין אַנדערע עראָפּלאַנען קענען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די דײַטשישע. די נאַצישע פּרעסע האָט מיט גרויס שטאָלץ און באַרימערײַ אָנגעוויזן אויף די זיכערקייט פֿון די לופֿטשיפֿן די „הינדענבורג‟ און „גראַף צעפּעלין.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.