ווירקלעכקייט איז די הײַנטיקייט און די פֿאַרגאַנגענהײט וואָס איז געבליבן שטעקן ערגעץ אין די ווינקעלעך פֿון שאַרבן. פֿיקציע ווידער איז בעלעטריסטיק, אַן עלעמענט מיט וועלכן דער שרײַבער באַנוצט זיך זייער אָפֿט ווען ער באַזירט זײַנע אָדער אירע דערציילונגען דערויף, שוין אָפּגערעדט פֿון העלדן און געשעענישן, אַן אופֿן פֿון שרײַבערײַ וואָס דינען אים אַמבעסטן.
אָט זיץ איך בײַם קאָמפּיוטער און די ווערטער, אויסגעסטרויעטע אין שיינע אָדער טרויעריקע געשעענישן, באַפֿאַלן מיך ווי די מוראַשקעס אויפֿן וועג צו זייער ציל.
„נוץ מיך! מיך! מיך!‟ לאַסטשען זיי זיך ווי אַ חבֿרה לצים. ווער איך שוין פֿאַרשוויצט און כאַפּ זיי אָן בײַ די עקן:
„קודם דאַרף איך אײַך צושטעלן אַ געדאַנק וואָס וועט אײַך באַקליידן און באַשוכן, איר ווילט דאָך נישט זיך אַרומשלאַמפּערן אין שרײַבערישן מדבר נאַקעט און באָרוועס מיט פּוסטע רייד.‟
און איך האָב זיך דערמאָנט וואָס ליגט מיר כּסדר אין זינען: מײַן אַמאָליקע גוטע פֿרײַנדינע מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש ע”ה פֿון אַמסטערדאַם, וועלכע איז מיט אַ לענגערער צײַט צוריק אַוועק אין דער אייביקייט. קיינער דערמאָנט זי נישט מער, מ’האָט זי ממש אויסגעשטראָכן פֿון אַמאָליקער עקזיסטענץ ווי מ׳פֿאַרגעסט מיט דער צײַט אַלע אייגענע און ליבסטע. אָבער נישט איך; דער עיקר צוליב איר, האָט מען געפּרוּווט שאַפֿן אַ ייִדיש קונסט־טעאַטער אין אַמסטערדאַם.
פֿון פֿאַך איז מיראַ געווען אַ לערערין, איר געביט איז געווען די ייִדישע ליטעראַטור און קונסט. איך האָב זיך מיט איר באַקענט אַמאָל אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד בעת די ייִדישע זומער־פּראָגראַמען. זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון האָלאַנד און אָרגאַניזירט אויף דער אייגענער האַנט אַ ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין אַמסטערדאַם, מיט ייִדישע פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַראָפּגעשײַנט פֿון אַלע אויטאָבוס־סטאַנציעס אין שטאָט. מיר זײַנען אין די שפּעטע נײַנציקער יאָרן געווען אַ רעלאַטיוו ייִנגערע, לעבעדיקע חבֿרה, פֿול מיט אײַנפֿאַלן און געלעכטער.
צווישן אונדז איז געווען מײַן טײַערע חבֿרטע און שותּפֿטע צו אַ סך פֿון מײַנע פּיעסעס — רינה באָראָו. אויך מיראַס נאָענטע פֿרײַנדינע, שורהלע ליפּאָווסקי, אַ העכסט באַגאַבטע זינגערין פֿון ייִדישע לידער אין אייראָפּע; מנחם פֿוקס, דער זון פֿונעם פּאָעט חיים לײב פֿוקס, אַ פֿעיִקער בחורעץ, געווען שטאַרק באַהילפֿיק אין צוגרייטן איין־אַקטערס; חיהלע ביר, פֿון אויסטראַליע, הײַנט אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אין לאָנדאָן און אַ ייִדישע לערערין ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרליבט אין איציק מאַנגערס שאַפֿונגען.
ווען אונדזער כאָפּטע האָט זיך יענעם זומערטאָג געמאַכט באַקוועם אין איינעם פֿון די גערטנער פֿונעם „דזשיזוס־קאַלעדזש‟ (Jesus College) וווּ מיר זײַנען אײַנגעשטאַנען, האָבן מיר גענומען ערנסט דעם געדאַנק פֿון שאַפֿן אַ צענטער פֿאַר ייִדיש טעאַטער־קונסט אין אַמסטערדאַם, און איין מאָל אַ יאָר שטעלן אַ ייִדישע פּיעסע. די אַקטיאָרן וואָלטן געקומען קיין אַמסטערדאַם פֿון דער גאָרער וועלט, און דער עולם באַזוכער וואָלטן געשטראָמט פֿון גאַנץ אייראָפּע און אויך פֿון די אַרבע פּינות העולם. אײַ סאַראַ פֿאַנטאַסטישער חלום דאָס איז געווען, אויף אַלע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן און אַקטריסעס געזאָגט געוואָרן.
האָט אָבער דער גורל זיך אַנטקעגן געשטעלט און אַוועקגענומען די איינציקע ערנסטע, איבערגעגעבענע אונטערנעמערין, מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש ע״ה. און אַזוי ווי מ’קען נישט בײַטן דעם גורל, ווײַל דאָס וואָס איז נישט געווען באַשערט איז צושטאַנד געקומען, קען מען כאָטשבי חלומען.
האָט זיך מיר טאַקע געמאָנטשעט אין קאָפּ אַ נײַער געדאַנק, אפֿשר פֿאָרט שאַפֿן אַן ערנסט ייִדיש־טעאַטער ערגעץ וווּ די וועלט האָט אַן עק און זיך נעמען נישט נאָר צו נײַע ייִדישע פּיעסעס, אויף הײַנטיקע טעמעס און איבערדערציִען דעם עולם צושויער וואָס האָבן זיך צוגעוווינט צום בבֿל־טורעם וואָס פּרעזענטירט דעם אַקט פֿון מבלבל את המוח פּיעסעס און בענעפֿיטן וואָס היטן די טויערן פֿון אייגענע סאַטעליטן.
ווי זאָגט מען: דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. מיראַ איז אַוועק פֿון דער וועלט און מיר פֿאַנטאַזיאָרן זײַנען געבליבן פֿאַריתומט. האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז אויפֿן האָריזאָנט האָט זיך ווידעראַמאָל באַוויזן אַ נײַער געדאַנק, אויפֿצולעבן דעם „יוסף פּאַפּ ייִדישן טעאַטער‟, וואָס האָט אין דזשאָו פּאַפּס צײַט געשטעלט אַ קימא־לן ייִדישע פּיעסעס, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז ייִדיש־לשון און ייִדיש טעאַטער זײַנען נישט מער און נישט ווייניקער ווי צווילינג־שוועסטער, וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן דער ווירקלעכקייט און ציִען דעם אָטעם־צוג צום טאַקט פֿון נעכטיקן און הײַנטצײַטיקן ריטם.
דער אמת איז אַז ייִדיש האָט הײַנט ווידעראַמאָל נושׂא חן געווען בײַם ייִדישן און נישט־ייִדישן עולם, איר לעבעדיקער קלינג־קלאַנג פֿון ווערטלעך און חכמות דערמאָנט די צוקוקער אין זייער יוגנט, פֿון דער אַמאָליקער היים אין זייערע פֿאַרגאַנגענע יאָרן און דער עיקר רעדט זיך דאָ וועגן דער הײַנטיקער יוגנט, וואָס הערט צום ערשטן מאָל דאָס לשון פֿון זייער אָפּשטאַם, דערוועקט עס אין זיי אַ פֿרעמד־נאָענטע קרובֿהשאַפֿט.
די צרה מיט מיר איז וואָס איך קען נישט אויפֿהערן צו חלומען, איך גיב נישט אויף דעם טעם און דעם חן פֿון ייִדיש טעאַטער, ווײַל טעאַטער טוט מחיים־מתים זײַן אַן אַלט פֿאָלק וואָס שלעפּט זיך אַרום ביזן הײַנטיקן טאָג מיט אַן אַלטן זכּרון נישט נאָר פֿון אַמאָליקע אומגליקן נאָר אויך פֿון אַמאָליקער גבֿורה און פֿרייד, נחת־רוח און שׂמחה ושׂשׂון. דער עיקר, זאָל זיך מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש מיִען פֿאַר אונדז אין גן־עדן, בײַם פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענען, זי זאָל אויספּועלן בײַם גרינדער פֿון ייִדישן טעאַטער און דער עיקר בײַם אויבערשטן, בײַם פֿאָטער פֿון די גרעסטע טראַגי־קאָמעדיעס וואָס די וועלט האָט ווען עס איז פֿאַרמאָגט, אויסבעטן כאָטש אַ טראָפּן נחת פֿון ייִדישער פֿרייד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.