נײַ יזכּור־בוך וועגן אַמאָליקן װײַסרוסישן שטעטל גלובאָק

New Memorial Book About The Old Belorussian Shtetl of Glubok


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 07, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

װאָס זשע דערצײלן די הײַנטיקע גלובאָקער תּושבֿים װעגן ייִדן? קודם־כּל געדענקט מען, אַז פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה זײַנען ייִדן געװען די גרעסטע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט, בפֿרט אינעם צענטער. ייִדן האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט האַנדל און מלאכות; מען געדענקט אײניקע ייִדישע נעמען פֿון די גאַסן װי „יאַטקעװער גאַס‟. אָבער דער סאַמע בולטער ייִדישער נאָמען געהערט דער שטאָטישער אָזערע, װאָס הײסט עד־היום „קאַגאַלנע‟ (פֿונעם וואָרט „קהל‟). די עלטערע תּושבֿים דערמאָנען זיך אָן זײערע ייִדישע שכנים און באַקאַנטע, מען געדענקט אױך די צעשטערטע שיל אינעם צענטער פֿון דער שטאָט. געװײנטלעך באַטאָנט מען די גוטע באַציִונגען צװישן ייִדן און ניט־ייִדן, אָבער ניט אַלץ איז געװען גלאַטיק. צומאָל האָבן ייִנגלעך אָפּגעטאָן שקאָצישע שטיק מיט ייִדן, װי, למשל, אַרײַנגעװאָרפֿן חזיר־שמאַלץ אין אַ קרעניצע, כּדי ניט צו לאָזן ייִדן נעמען װאַסער.

בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז אַ גרױסער טײל פֿון דער שטאָט פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אינעם ייִדישן געטאָ. אײן פֿרױ דערצײלט, װי זי האָט אַריבערגעװאָרפֿן אַ בינטל גרינע ציבעלעס איבער דער װאַנט פֿונעם געטאָ, און פֿאַר דעם האָט מען איר צוריק געװאָרפֿן אַ קלײד, װאָס זי האָט דערנאָך געטראָגן עטלעכע יאָר. מען דערצײלט װעגן פּרוּװן צו העלפֿן ייִדן אין געטאָ, ראַטעװען זײערע קינדער. אָבער דערבײַ האָט מען אױך אַ „דערקלערונג‟ פֿון ייִדישע יסורים: לױט דער קריסטלעכער דעה, מוזן ייִדן לײַדן פֿאַר זײער „שולד‟ פֿון קרײצן יעזוסן.

עס איז ניט קײן חידוש, אַז עס איז דאָ אַ היפּשער חילוק צװישן די זכרונות פֿון ייִדן און זײערע קריסטלעכע שכנים. ניט געקוקט אױף נאָענטע עקאָנאָמישע באַציִונגען, האָבן די צװײ עדות געלעבט אָפּגעזונדערט אײנע פֿון דער אַנדערער. קריסטן און ייִדן האָבן זיך געטראָפֿן אױף די גאַסן און אין קראָמען, אָבער זײער זעלטן אין דער הײם. קריסטן האָבן געהאַט זײער קנאַפּע קענטענישן װעגן ייִדישע מנהגים, און צומאָל געגלױבט אין פֿאַרשפּרײטע זאַבאָבאָנעס, װי דער בלוט־בילבול. הײַנט דערמאָנט מען זיך אָן ייִדן מיט סימפּאַטיע און מע דערצײלט װעגן דעם, װי אַזױ מען האָט זײ געהאָלפֿן בעת דער אָקופּאַציע. טײלװײַז זײַנען די דאָזיקע זכרונות אמתדיקע, און טײלװײַז שפּילן זײ אָפּ דעם נאַטירלעכן מענטשלעכן באַגער צו ווײַזן בלויז זייער „גוטע זײַט‟, בפֿרט פֿאַר פֿרעמדע פֿאָרשער.

ייִדישע יזכּור־ביכער דערצײלן אַנדערע מעשׂיות, װאָס קלינגען ניט אַזױ פֿרײַנדלעך לגבי זײערע קריסטלעכע שכנים. אָבער צומאָל שפּיגלען זײ אָפּ אױך געװיסע פּערזענלעכע אָנזיכטן. למשל, די אינטערװיוען מיט גלובאָקער ייִדן אין סטיװען ספּילבערגס „שואה־אַרכיװ‟, װאָס זײַנען רעקאָרדירט געװאָרן אין די 1990ער—2000ער יאָרן, שטימען ניט אין גאַנצן צונױף מיט די זכרונות אינעם גלובאָקער יזכּור־בוך. צום שלוס פֿונעם זאַמלבוך ברעגנט מען אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ הײַנטיקן 50־יאָרקין גלובאָקער תּושבֿ, װאָס מישט צונױף לעגענדעס, קלאַנגען, פֿאָלקלאָר און היסטאָרישע פֿאַקטן װעגן זײַן שטעטל. אין זײַן דערצײלונג האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן פֿאַרשידענע פֿעלקער, תּקופֿות, און עפּיזאָדן, אמתדיקע און אױסגעטראַכטע. אַזױ װערט דער עבֿר אָפּגעהיט און איבערגעגעבן װײַטער אינעם אָרטיקן קאָלעקטיװן פֿאָלקס־זיכּרון.