פֿרומע פֿרוי גייט צו קינד אויף אַ קאָנצערט פֿון דזשאָסטין ביבער

Justin Bieber Concert Sends Orthodox Woman Into Labor

דזשאָסטין ביבערס קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ
YouTube
דזשאָסטין ביבערס קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון גייב פֿרידמאַן (ייִט״אַ)

Published May 09, 2017, issue of May 26, 2017.

נאָכן אויסהערן נאָר איין ליד אויף דזשאָסטין ביבערס אַ קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן זיך בײַ אַ חרדישער פֿרוי אָנגעהויבן די ווייען. צוריק גערעדט איז די 23־יעריקע רעות זיסקינד, פֿון דער חרדישער שטאָט בני־ברק, שוין געווען מיט דרײַ וואָכן פֿאַרשפּעטיקט ווען זי איז בײַגעווען אויפֿן קאָנצערט.

„ווען כ׳האָב געקויפֿט די בילעטן“, האָט זי איבערגעגעבן דער נײַעס־אַגענטור Ynet, „בין איך געווען זיכער אַז איכ׳ל גיין צו קינד אָדער פֿאַר אָדער נאָכן אויפֿטריט, אָבער זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט אַז ס׳וועט געשען דווקא בשעתן קאָנצערט“.

זיסקינד האָט פֿאַרלוירן דאָס וואַסער באַלד ווי ביבער האָט אַרויסגעטרעטן אויף דער בינע בײַם קאָנצערט דעם 3טן מײַ. זי האָט אומזיסט געבעטן די מעדיקערס אַז מע זאָל זי לאָזן בלײַבן ביזן סוף פֿונעם קאָנצערט. מע האָט זי אין גיכן אָפּגעפֿירט אין מעדיצינישן צענטער „מעיני הישועה“.

אַזוי ווי די הייבמוטער האָט זיך איר נישט צונויפֿגעצויגן, האָט זי נישט געמיינט אַז זי דאַרף פֿאַרפֿעלן דעם קאָנצערט, האָט זי געגעבן צו פֿאַרשטיין דעם ישׂראלישן קאַנאַל 2.

צום סוף האָט זי געבוירן אַ געזונט מיידעלע און איר אַ נאָמען געגעבן הדר. „ווען איך האָב אַ ייִנגעלע וואָלט איך אים אָנגערופֿן ׳דזשאָסטין׳“, האָט זי באַמערקט. זי האָט דערצו געלייקנט, אַז ס׳איז אומגעוויינלעך אַז אַ חרדישע פֿרוי זאָל קומען אויף אַ קאָנצערט פֿון פּאָפּולערער מוזיק.

„כ׳בין אַ מאָדערנע חרדישע“, האָט זי געזאָגט. „איר וועט נישט גלייבן וויפֿל חרדישע פֿרויען האָבן ליב דזשאָסטין ביבער“.

דער אויפֿטריט, אויף וועלכן סע זענען בײַגעווען 50,000 מענטשן, איז געווען ביבערס צווייטער אויפֿטריט אין ישׂראל; די ערשטע איז פֿירגעקומען אין 2011. לויט דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט“ האָט ער דאָס מאָל מיטגעבראַכט אַן אַנטוראַזש מיט 115 מענטשן – ווי אויך זײַן פּריוואַטן דזשאַקוזי.