(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אָט דער פֿעיערסטיין האָט רעדאַגירט די ליטעראַרישע רובריק פֿון זשורנאַל „נועוואַ פּרעסענסיאַ‟, געגרינדעט אין 1977 — אַ מוטיקע פּובליקאַציע מיט הערמאַן שילער ווי דער שעף־רעדאַקטאָר. דאָס זענען געווען די בלוטיקע יאָרן פֿון דער מיליטערישער דיקטאַטור, 1976—1983, ווען מ׳האָט געפֿירט די טרויעריק באַרימטע „שמוציקע מלחמה‟ און מלוכישן טעראָר קעגן לינקע אַקטיוויסטן אין לאַנד. דער רעזולטאַט: מער ווי 30,000 „פֿאַרשוווּנדענע‟ — ס׳הייסט, פֿאַרכאַפּטע, געפּײַניקטע און אַכזוריותדיק דערמאָרדעטע בירגער, צווישן זיי — אַ 2,000 ייִדן.
דעמאָלט האָבן נאָר דער „בוענאָס אײַרעס העראַלד‟ אויף ענגליש און „נועוואַ פּרעסענסיאַ‟, אַ בײַלאַגע פֿון דער אָנגעזעענער ייִדישער צײַטונג „די פּרעסע‟, געטאַדלט דאָס פֿאַרשוועכן די מינימאַלע מענטשנרעכט מצד דעם רעזשים, און מיט דער געהעריקער פֿאָרזיכטיקייט זיך דערוועגט אַרויסצוזאָגן קריטישע שטעלונגען קעגן די הערשער און שטעלן שווערע פֿראַגעס קעגן זייערע אַקציעס און קרימינעלע האַנדלונגען.
מען דאַרף צוגעבן דעם אַטענטאַט קעגן די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס (1992) וואָס האָט גורם געווען 29 טויטע און מער ווי 200 פֿאַרוווּנדעטע, און דערצו אויך די 85 טויטע און 300 פֿאַרוווּנדעטע פֿונעם אַטענטאַט קעגן דער „אַמיאַ‟ אין 1994 — דער אימפּאָזאַנטער בנין פֿון אַרגענטינער ייִדנטום, וועלכער האָט יאָרנלאַנג צוגעשטעלט אַלע נייטיקע באַדינונגען פון חינוך, קולטור, חבֿרה קדישא, סאָציאַלער הילף, פֿאַרבינדונג מיט קהילות איבער דער פּראָווינץ, אאַז”וו. קיין שום ייִדישער ייִשובֿ אין די תּפֿוצות האָט ניט דורכגעלעבט די געפֿערלעכע טראַוומעס וואָס די אַרגענטינער ייִדן האָבן געמוזט אויסשטיין אין די 1970ער און 1990ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. אַזעלכע אַקציעס פּאַראַליזירן און שרעקן אָפּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג און אַנטמוטיקן זי פֿון נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אין קהלישן לעבן. די ייִדן מחוץ אַרגענטינע ווייסן, ליידער, גאָר ווייניק דערפֿון און ס’איז אַן אָפֿענע פֿראַגע, ווי קאָן מען פֿאַרשטאַרקן די סאָלידאַריטעט צווישן די אַרגענטינער ייִדן און די ייִדישע ייִשובֿים איבער דער וועלט.
אין פֿאַרגלײַך מיטן לעצטן מאָל, ווען כ׳בין אײַנגעשטאַנען בײַ משפּחה, האָב איך דאָס מאָל געדונגען אַ צימער אין דעם פֿאַרכּישופֿטן קוואַרטאַל אַלמאַגראָ, ווו כ׳האָב דורכגעלעבט מײַנע קינדעריאָרן און מײַן יוגנט, איידער מײַן עולה זײַן אין יאָר 1965. אַזוי אָנגענעם און דערפֿרישנדיק איז עס געווען צו שפּאַצירן איבער יענע גאַסן, הערן דעם מעלאָדישן, צאַרטן שפּאַניש וואָס איז געבליבן אײַנגעבאַקן אין מײַנע גלידער. מײַן מוטער זאָל זיך מיִען פֿלעגט תּמיד מיט באַוווּנדערונג זאָגן, ווי איידל און העפֿלעך זענען די היגע אַרגענטינער תּושבֿים. ס׳איז עפּעס וואָס ענדערט זיך ניט און נאָך מײַן לעצטן באַזוך קאָן איך פֿעסטשטעלן, ווי גערעכט איז זי געווען.
צווישן די בולטע בוענאָס־אײַרעסער ייִדישיסטן ווי פּראָפֿ׳ אַבֿרהם ליכטענבוים, דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, אסתּר שוואַרץ, פּערעלע סנה, סערכיאָ לערער, האָב איך נאָר מיטן אָנגעזעענעם פּסיכיאַטער ד״ר משה קיאַק זיך געקאָנט טרעפֿן און פֿרײַ דורכשמועסן. אַזאַ מחיה!
„איך לייען ווידער אַ מאָל שלום אַשס ווערק,‟ האָט מיר קיאַק געזאָגט. „ס׳איז אַלץ אַזוי לעבעדיק און פֿאַרכאַפּנדיק!‟ איך אַליין, אויף אַ ווײַלע, האָב אין זײַן דירה געפֿילט, אז כ׳שוועב אין אַ ייִדישלאַנד אָן גרענעצן וווּ אַ סך חנעוודיקע, היימישע געשטאַלטן רינגלען מיך אַרום, דאָס מאָל געמישט מיט נאָסטאַלגישע טאַנגאָ־קלאַנגען און מיטן אַמאָליקן פּולסירנדיקן ייִדישן ייִשוב פֿון מײַן קינדהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.