ער האָט געמוסרט די ווילנער אינטעליגענץ צו רעדן ייִדיש

He Shamed Vilna Intellectuals Into Speaking Yiddish

זלמן רייזען
Yiddishkayt/yiddishkayt.org
זלמן רייזען

פֿון הערשל גלעזער

Published May 14, 2017, issue of May 26, 2017.

נישט זעלטן מאַכט זיך בײַ ייִדן, אַז איין משפּחה איז מזכּה דעם ייִדיש־ייִדישיסטן פֿאָלק מיט עטלעכע פּענמענטשן ברידער און שוועסטער. אָט האָבן מיר, אַ שטייגער, די משפּחה זינגער: יצחק באַשעוויס, ישׂראל יהושע און אסתּר קרייטמאַן. (פֿאַרשטייט זיך, אַז דער שוועסטער גיט מען אָפּ צום ווינקציסטן כּבֿוד, אַ פֿאַרשפּרייטע עוולה, אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.)

דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן דער באַרימטער משפּחה רייזען — אַבֿרהם, שׂרה און זלמן.

די רייזענס האָבן געשטאַמט פֿון אַ רײַסיש שטעטל קוידענעוו, אָבער די דרײַ שוועסטער־ברידער זענען דאָרטן נישט געבליבן. שׂרה רייזען, דאָס מיטלסטע, האָט געוווינט אין מינסק, וואַרשע און ווילנע איידער זי האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. סײַ דאָרטן, סײַ דאָ האָט זי אָנגעשריבן לידער, דערציילונגען און קינדער־ביכלעך.

אַבֿרהם, דער עלטסטער, איז, כּידוע, געווען אַ פּאָעט און דערציילונג־שרײַבער — איינער פֿון די גרעסטע. די לידער זײַנע וואָס מע האָט צו זיי געשאַפֿן מעלאָדיעס זינגט מען ביזן הײַנטיקן טאָג: „אַ קינד אַ גאָלדענע“, „ברוך אַתּה“, „שווימט דאָס קעסטל אויפֿן טײַך“, „איך און די וועלט“ און נאָך און נאָך. ער האָט זיך באַטייליקט אין דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908, געוווינט און געאַרבעט אין וואַרשע און קראָקע און סוף־כּל־סוף זיך אויך באַזעצט אין ניו־יאָרק.

דאָ ווילן מיר, אָבער, אַרויסהייבן זלמן רייזענען, אַזוי ווי ס׳האָט געטאָן הירש אַבראַמאָוויטש אין זײַנע „פֿאַרשוווּנדענע געשטאַלטן“, וואָס מיר האָבן שוין דערמאָנט אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל. נישט־געקוקט אויף שׂרהס און נאָך מער אַבֿרהמס כּשר פֿאַרדינטער פֿאַרשמטקייט איז זלמן, דער ייִנגסטער, געווען דער אַקטיווסטער, דער סאַמע אויפֿטועריש ווי אַ ייִדישיסט, אַ שפּראַכפֿאָרשער, אַ רעדאַקטאָר און אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער.

הירש אַבראַמאָװיטש שרײַבט מיט באַװוּנדערונג װי אַזוי, בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט זיך אין װילנע באַװיזן אַ יונגער־מאַן, אַבֿרהם רייזענס ברודער. צוליב זײַן פֿאַמיליע האָט מען זיך מיט אים באַלד פֿאַראינטערעסירט, אָבער ס׳איז גיך קלאָר געװאָרן, אַז ער האָט גענוג ייִחוס־עצמו. קודם־כּל, מיט אַבראַמאָװישטעס װערטער: „ער רעדט ייִדיש און נאָר ייִדיש, קיין שום אַנדער שפּראַך.‟ פֿאַרשטייט זיך, אַז אַנדערע שפּראַכן האָט זלמן רייזען געקענט, אָבער פּרינציפּיעל גערעדט בלויז מאַמע־לשון. אַבראַמאָװישט באַװוּנדערט אויך זײַן כּוח־הדיבור. ער האַלט אַ רעפֿעראַט פֿאַר דער אָפּגעפֿרעמדער אינטעליגענץ, װאָס האָט נישט געהאַלטן פֿון ייִדיש, זיי אַרײַנגעזאָגט, אַז ייִדיש איז דאָס לשון פֿון ייִדישן לעבן און דאַרף װערן זייער לשון אויך, און „ער שפּריצט מיט פֿײַער‟. (דעם אמת געזאָגט זעט מען נישט קיין פֿײַער אויף די פֿאַרבליבענע פֿאָטאָס פֿונעם מיטליאָריקן זלמן רייזען. הלװאַי װאָלטן מיר הײַנט געקענט אָנקוקן די ברענענדיקע אױגן!)

אין די אַן ערך צװאָנציק יאָר פֿונעם צװישנמלחמהדיקן פּױלישן װילנע האָט זלמן רייזען אומפֿאַרמאַטערלעך געאַרבעט, כּדי מאַמע־לשון זאָל װערן אַ קולטורשפּראַך מיט לײַטן גלײַך. ער האָט אַרויסגעגעבן דעם ערשטן לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; געװען דער רעדאַקטאָר פֿון דער חשובֿער צײַטונג „װילנער טאָג‟; געװען אַ פֿילאָלאָג װאָס האָט אָפּגעדרוקט װאָגיקע אַרבעטן װעגן לשון; געװען אַ מיטגרינדער און הױפּטטוער אינעם װילנער ייִװאָ. באַלד נאָך דער מלחמה איז ער געװען צװישן די איניציאַטאָרן פֿון און אַ לערער אין די ערשטע ייִדיש־שפּראַכיקע שולן אין װילנע, װי אויך זיך באַטייליקט אין אויסאַרבעטן אַ לערן־פּראָגראַם. נאָך פֿאַרן אַרויסקומען פֿון די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג האָט רייזען אײַנגעפֿירט אין זײַן צײַטונג אַ מאָדערנע אָרטאָגראַפֿיע. ער איז אויך געװען אַ זוכער און שאַפֿער פֿון טערמינאָלאָגיעס פֿאַר די ייִדישע שולן בפֿרט און פֿאַרן קולטור־לעבן אויף מאַמע־לשון בכּלל. מיט איין װאָרט, אַזוי װי זײַנע מיטצײַטלערס, אַ שטייגער מאַקס װײַנרײַך און נח פּרילוצקי, האָט ער גענוג אױפֿגעטאָן פֿאַר צען.

חוץ די דאָזיקע קאָנקרעטע אױפֿטוען האָט זלמן רייזען, פּונקט אַזוי װי יוסף טשערניכאָװ, געזען, אַז מע זאָל זיך נישט שעמען צו רעדן ייִדיש „צװישן מענטשן‟; פּונקט פֿאַרקערט, מע זאָל זיך גאָר שעמען נישט צו רעדן ייִדיש בפֿרהסיא; געזען, װילנער אינטעליגענטן זאָלן זיך שעמען צו רעדן רוסיש אָדער פּויליש.

צום באַדויערן האָט זלמן רייזען אויך געטיילט דעם גורל פֿון טשערניכאָוון: אַרעסטירט געוואָרן נאָכן סאָוועטישן אַרײַנמאַרש קיין ווילנע און אויס. מע ווייסט נישט וווּ זײַן געביין איז אַהינגעקומען. נאָר כאָטש וועלט איז נישט מער וועלט און ווילנע איז נישט מער ווילנע, האָבן מיר פֿאָרט אַ טײַערע ירושה באַקומען פֿון זלמן רייזענען.