אַרום 10% מיזרח־אייראָפּעער ווילן ניט קיין ייִדישע מיטבירגער

About 10% of Eastern European's Don't Want Jews as Citizens


פֿון ייִט״אַ

Published May 14, 2017, issue of May 26, 2017.

העכער 10% פֿון די אײַנוווינער פֿון צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע ווילן ניט, אַז מע זאָל אָננעמען ייִדן ווי בירגער פֿון זייערע לענדער, גיט איבער אַ נײַע אַנקעטע.

די אַנקעטע, וואָס עס האָט מיטוואָך אַרויסגעלאָזט דער „פּיו־אויספֿאָרשונג־צענטער‟, האָט אויסגעפֿרעגט די אײַנוווינער פֿון 18 לענדער און געפֿונען, אַז 80% פֿון זיי וואָלטן אָנגענומען ייִדן ווי מיטבירגער. די אַנדערע האָבן אָדער ניט געענטפֿערט, אָדער זענען ניט געווען זיכער.

אַ סך ווייניקער מענטשן וואָלטן אָנגענומען ייִדן ווי קרובֿים אָדער שכנים. ווייניקער ווי 75% ווילן אַ ייִדישן שכן און ווייניקער ווי 50% האָבן געענטפֿערט, אַז זיי וואָלטן אָנגענומען אַ ייִדישן קרובֿ.

די אַנקעטע האָט אויסגעפֿרעגט 1,500 ביז 2,500 מענטשן אין אַלע 18 לענדער במשך פֿון יוני 2015 ביז יולי 2016.

מער מענטשן אינעם ראַיאָן זענען אָבער געווען מער פּאָזיטיוו געשטימט צו ייִדן ווי מוסולמענער אָדער ציגײַנער. בלויז 57% וואָלטן אָנגענומען ציגײַנער ווי מיטבירגער און בלויז 19% — ווי קרובֿים. אַרום 2/3 פֿון די אײַנוווינער פֿונעם ראַיאָן זענען גרייט אָנצונעמען מוסלמענער ווי מיטבירגער אָבער בלויז 27% פֿון זיי וואָלטן אָנגענומען אַ מוסולמאַן ווי אַ קרובֿ.

געוויסע לענדער זענען געווען אַ סך מער אַנטיסעמיטש־געשטימט ווי אַנדערע. אין אַרמעניע, למשל, האַלט אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, אַז מע טאָר ניט דערלאָזן אַז ייִדן זאָלן ווערן בירגער פֿון זייער לאַנד.

עטלעכע לענדער וואָס האָבן געהאַט ריזיקע ייִדישע באַפֿעלקערונגען פֿאַרן חורבן האָבן אויך אַ סך אײַנוווינער, וואָס ווילן ניט אַז זייער לאַנד זאָל אָננעמען ייִדישע בירגער: אין דער ליטע — 23%; רומעניע — 22%; טשעכיע — 19%, און פּוילן — 18%.

הויך־געבילדעטע באַטייליקטע אין דער אַנקעטע זענען געווען מער פּאָזיטיוו געשטימט צו ייִדן ווי קרובֿים, שכנים אָדער מיטבירגער, ווי די ווייניק־געבילדעטע.